רבי שמשון ווערטהיימער[1] (י"ג שבט ה'תי"ח, 17טן יאנואר 1658 - י"ז אב ה'תפ"ד, 6טן אויגוסט 1724), אויך באוואוסט מיטן נאמען רבי שמשון ווינער, איז געווען א רב, דיפלאמאט און א פילאנטראפ.‏[2] ער איז דער געווען דער פרנס און מנהיג פון דער יידישער קהילה אין ווין און פון די מערסט באאיינפלוסע יידן אין אייראפע אין אנהייב פונעם 18טן יארהונדערט.

שמשון ווערטהיימער
פארטרעט
געבורט 17 יאנואר 1658
י"ג שבט ה'תי"ח
ווארמז, הייליגע רוימישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 6 אויגוסט 1724 (אלט 66)
י"ז אב ה'תפ"ד
וויען רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ער האט געדינט ווי הויף-ייד פון די קעניגן לעאפאלד דער ערשטער, יאזעף דער ערשטער און קארל דער זעקסטער, וואס זענען געווען קיסרים פון דער  שימש הייליגער רוימישער אימפעריע. ער האט געהאלטן דעם אמט פון שאצמייסטער פון די מלכים און איז זייער דיפלאמאטישער געזענטער. אין זיין צייט איז ער געווען דער רייכסטער ייד אין עסטרייך. ער האט שטארק געזארגט פאר דער יידישער געמיינדע אין ווין, און אויך פאר די יידן פון גאנץ עסטרייך. אונטער זיין שוץ האט מען פארעפנטלעכט דעם פרנקפורטער ש״ס (1712-22). ער האט געשריבן ספרים אויף הלכה, מדרש און קבלה.

ער איז געווען שטאטס-רבה אין אייזנשטאט, און אויך האט ער געהאט דעם אפיציעלן טיטל הויפט־רב פון גאנץ מעהרן.

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

רבי שמשון איז געבוירן געווארן אין ווארמז צו רבי יוסף ווערטהיימער. ס׳איז גאנץ מעגלעך אז אין זיין יוגנט האט ער געלערנט אין דער ישיבה פון פון רבי אהרן תאומים און ווארמז. ער האט געהייראט פרומעט, טאכטער פון שרלה ורבי יצחק ב"ר זוסמן ברילין וואס האט געדינט ווי אב"ד אין האמלבורג און אין מאנהיים.


 
מצבה אויף זיין קבר אין דעם אלטן בית החיים אין ווין (פאר דער צווייטער וועלט-מלחמה

וועבלינקען

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. דייטש: Samson Wertheimer
  2. זעט: טוביה פרשל, מבוא למהדורת פקסימיליה של הגדת וינה תקי"א.