שמואל הקטן
שמואל הקטן, איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט איין מאל אין משניות.
געבורט | המאה ה־1 |
---|---|
טויט | המאה ה־2 |
פאך | רב |
זיין צייט
רעדאַקטירןשמואל הקטן איז געווען פון ערשון-צווייטן דור תנאים, און פון זיבטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה, דער דור וואס איז געווען פאר דעם חורבן פון צווייטן בית המקדש. [1]
(מען דארף פארשטיין פארוואס דער רמב"ם רעכנט שמואל הקטן פון אכטן גרופע נאך די אנשי כנסת הגדולה, דער גרופע וואס האט צוגעזען דעם חורבן פון צווייטן בית המקדש). [2]
איבער אים
רעדאַקטירןדי גמרא פארציילט, רבן גמליאל הזקן דער נשיא פון די סנהדרין האט באשטעלט זיבן דיינים וואס זאלן ארויף קומען צו-מארגן'ס אין בית דין שטוב מעבר זיין דעם יאר, צו-מארגנס האט ער געטראפן אכט, האט ער אויסגעריפן ווער ס'איז ארויף געקומען אן רשות זאל אראפ גיין, האט שמואל הקטן זיך אויפגעשטעלט און ערקלערט אויף זיך, אז ער איז געקומען אומגעלאדנט, נישט צו דארפן פארשעמען אן אנדערען.[3]
אין משניות
רעדאַקטירן- מסכת אבות פרק ד' משנה י"ט, ”שמואל הקטן אומר, בנפול איבך אל תשמח, ובכשלו אל יגל לבך. פן יראה ד' ורע בעיניו, והשיב מעליו אפו” (משלי כ"ד י"ז-י"ח)