שמואל דוד לוצאַטא איז געווען אן איטאליענער אידישער חכם, דיכטער, און א מיטגלידער אין די "וויסנשאפט דעס אידנטומס" באוועגונג. ער איז אויך באוואוסט מיט זיינע ראשי תיבות שד"ל.

שמואל דוד לוצאטו
געבורט 22 אויגוסט 1800 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 29 סעפטעמבער 1865 (אלט 65)
עסטרייכער אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה עסטרייכער אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
שמואל דוד לוצאטא

שד"ל איז געבוירן אין טריעסטע (היינט איטאליע), ראש חודש אלול תק"ס, און איז נפטר געווארן אין פאדווא, איטאליע יום כיפור תרכ"ו.

צוזאמען מיט נחמן קראכמאל (רנ"ק), שלמה יהודה ליב הכהן ראפאפארט (שי"ר) און יום טוב ליפמאן צונץ איז שד"ל געווען פון די ערשטע מיטגלידער און די חכמת ישראל באוועגונג, וואס האט עוסק געווען אין דער וויסענשאפטליכער/אקאדעמישער שטודיע פון אידישקייט.

שד"ל האט עוסק געווען אין היבש אפאר פראיעקטען במשך זיין לעבן. ער איז די מערסטע באוויסט פאר זיין פירוש אויף חמשה חומשי תורה, וואס ער האט ארויסגעגעבן צוזאמען מיט אן איבערזעצונג פון די תורה אויף איטאליעניש. אזוי אויך האט ער מחבר געווען פירושים אויף אנדערע ספרים פון די כתבי הקודש, ספרים אויף די גראמאטיק פון העברעאיש און אראמיש, אן איבערזעצונג פון דעם סידור אויף איטאליעניש, שטודיעס אין די היסטאריע פון די אידן, ווי אויך ביבליאגראפישע און ביאגראפישע ביכער.

שד"ל איז געווען א ראציאנאליסט, אבער ער איז געווען אנטקעגן דער פילאסאפיע פונעם רמב"ם און אבן עזרא, און האט ליבערשט אויסגעוועלט דעם מהלך פון רבי יהודה הלוי.

שד"ל האט נישט איבערגעלאזט קיין ערנסטע אנהענגערס פון זיין מהלך. ביי די משכילים איז ער פאררעכענט געוארן אלץ צו קאנסערוואטיוו, און ביי די פרומע אז ער פאררעכנט געווארן אלץ צו משכיל'יש. אבער און זיין שטעלע אלץ ראש בית מדרש לרבנים און פאדאווא, האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם ביי די איטאליענישער אידן.

לעבן און שאפן

רעדאַקטירן

שמואל דוד לוצאטו איז געבוירן געווארן אין טריעסטע, באיטאליע, אום א' אלול ה'תק"ס (22 אין אויגוסט 1800), צו זיינע עלטערן חזקיה און רבקה מלכה, פון די באקאנטע איטאליענישע משפחה "לוצאטו". זיין טאטע חזקיה איז געווען א האלץ שניצער, און האט זיך פארנומען מיט מעכאניק. לויט שד"ל, האט זיין טאטע אפילו געהאט אויסגעארבייט ט פלאן פאר א דאמף מאטאר אבער ער האט נישט געהאט די געלט איר צו ברענגען לידי מעשה. חזקיה איז אויך געווען א תלמיד חכם און א יודע ספר, ער האט אסאך עוסק געווען אין קבלה און האט אויך פרובירט שרייבן ספרים, אבער ער איז דורכגעפאלן אין דעם.

די צוויי עלטערע ברידער פון שד"ל זענען אוועק אין זייער יוגנט, דערפאר האט חזקיה געשיקט שד"ל לערנען אין א תלמוד תורה שוין ביי די דריי ווייל ער האט מורא געהאט אז ער וועט נישט עספיען מקיים צו זיין מיט אים די מצווה פון לערנען מיט אים תורה. ביי די אכט יאר האט שוין שד"ל אנגעהויבן שרייבן פאעזיע און העברעאיש און אין איטאליעניש, און שוין דאן האט ער אנגעהויבן טראכטן אז מען דארף שרייבן א נייע פירוש אויף מקרא. ביז די דרייצען האט שד"ל ווייטער אנגעהאלטן מיט זיינע שטודיעס אינעם אידישען שולע, אבער דאן האט ער איר געמוזט פארלאזן צוליב א שווערע קרענק וואס האט אים דאן באטראפן.

דער נאמען לוצאטא

רעדאַקטירן

שמואל דוד האט געטענה'ט אז דער נאמען לוצאטא קומט פון א דייטשער ייד וואס האט געשטאמט פון לוזשיץ.

זעט אויך

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן

זיין סטודנעטן

רעדאַקטירן
  • רבי יעקב חי פארדו
  • רבי אברהם אליעזר אליהו הלוי איגל, ראב"ד טשערנוביץ

וועבלינקען

רעדאַקטירן

ווערק פון שד"ל אויפן אינטערנעט:

מאמרים און ארטיקלען אין העברעאיש