שלמה דוד יהושע וויינבערג
רבי שלמה דוד יהושע וויינבערג (כ"א שבט ה'תרע"ב - ו' חשוון ה'תש"ד) איז געווען דער פערטער סלאנימער רבי, און דער לעצטער אין ליטע.
געבורט |
1912 סלאנים, בעלארוס | |
---|---|---|
טויט | 1943 (אלט 31 בערך) | |
פאך | רב | |
רבי שלמה דוד יהושע וויינבערג | ||
---|---|---|
סלאנימער רבי | ||
עיקר חיבור | "זכרון קודש" (געשריבן צו זיין אנדענק מיט זיינע תורות) | |
געבורט | כ"א שבט תרע"ד באראנאוויטש | |
פטירה | ו' חשוון תש"ד קאלדיטשעוו קאצעט געשאסן | |
קבורה ארט | קבר אחים אויפן ארט | |
חסידות | סלאנים | |
פירערשאפט | תרצ"ג - ו' חשוון תש"ד | |
הויף ארט | באראנאוויטש | |
נומער אין דינאסטיע | 4 | |
פאריגער | רבי אברהם וויינבערג (דער צווייטער) | |
נאכפאלגער | רבי מרדכי חיים סלאנים | |
זיינע רביס | זיין פאטער | |
פאטער | רבי אברהם וויינבערג (דער צווייטער) | |
מוטער | מרת עלקא ברכה מארגנשטערן | |
ווייב | סימא דאנציגער | |
קינדער | שרה אסתר |
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי שלמה דוד יהושע איז געבוירן צו זיין פאטער רבי אברהם וויינבערג און צו זיין מוטער עלקא ברכה, א טאכטער פון רבי צבי הירש לאמאזער, א זון פונעם צווייטן קאצקער רבי'ן. זיינע יונגע יארן האט ער געוואוינט און געלערנט אין באראנאוויטש, פוילן (היינט אין בעלארוס). ווען זיין פאטער איז פלוצלונג נפטר געווארן א' אייר תרצ"ג ביים צוריקקומען פון א נסיעה אין ארץ ישראל האבן די חסידים אים באשטימט דעם נייעם רבי. ער האט אפגעזאגט, זייענדיק נאך א בחור, אבער צום סוף האט ער נאכגעגעבן. מען האט אים גערופן "דער יונגער רבי". קורץ נאכער (ו' אדר תרצ"ד) האט ער חתונה געהאט מיט מרת סימא, די טאכטער פון רבי יצחק מנחם דאנציגער, דער אלעקסאנדער רבי. א פאר חדשים זענען זיי געבליבן אין אלעקסאנדער, און דערנאך האט דאס יונגער פארפאלק זיך באזעצט אין באראנאוויטש.
רביסטעווע
רעדאַקטירןרבי שלמה דוד יהושע האט געפירט די סלאנימער רביסטיווע אין באראנאוויטש. ער איז געווען דער מנהל פון דער "תורת חסד" ישיבה וואס זיין פאטער האט געגרינדעט. חסידים זענען געקומען צו אים פון גאנץ פוילן. ער איז געווען נאנט מיט רבי אלחנן וואסערמאן, ראש ישיבה פון דער אוהל תורה ישיבה אין באראנאוויטש און פון די גרעסטע מרביצי תורה אין ליטע. רבי שלמה דוד איז געווען א שטארקער שטיצער פון אגודת ישראל, און האט זיך באטייליקט אין דער דריטער כנסיה גדולה פון דער אגודה אין מארינבאד, טשעכאסלאוואקיי.
ביים אנהייב פון דער צווייטער וועלט מלחמה האבן די סאוועטן אינוואדירט באראנאוויטש. די סלאנימער חסידים אין ארץ ישראל און אמעריקע האבן געבעטן דעם רבי ער אנטלויפן אין ווילנע, און פון דארטן ווייטער צו ארץ ישראל, אבער ער האט נישט מסכים געווען צו פארלאזן די יידן אין באראנאוויטש.
זומער תש"א זענען די דייטשן אריין אין מזרח פוילן. זיי האבן אויפגעשטעלט א געטא אין באראנאוויטש און זיי האבן שטארק גערודפ'ט דעם רבי. ווען די יידישע פארטיזאנען האבן זיך ארגאניזירט אין באראנאוויטש, האבן זיי געהאלטן א געווער מאגאזין אינעם רבי'נס קעלער.[1]
אין קאלדיטשעוו
רעדאַקטירןאין תש"ג האט מען ליקווידירט די געטא, און די דייטשן האבן געשיקט דעם רבי אין דעם קאלדיטשעוו קאצעט. דארט האט ער געדארפט ארבעטן ביי דער סטאלעריי. ער האט שטענדיק געהאט א שמייכל. ווען ס'איז ביי אים אריינגעפאלן אין קאפ א געדאנק וועגן זיין משפחה וואס איז אומגעקומען, האט ער אנגעהויבן אונטערברעמען א חסידיש ניגון. אין קאצעט האט ער געדאווענט אלע תפילות. שחרית האט ער געדאווענט מיט טלית און תפילין טראץ דעם גרויסן געפאר אז א נאצי אפיציר וועט אים כאפן און הרגענען דערפאר. קיין טרפות איז נישט געקומען אין זיין מויל, און פסח האט ער געגעסן נאר קארטאפל און באריקעס.[1]
ו' מרחשון תש"ד איז דער רבי געווען איינער פון דער סעלעקציע צום טויט. זאגנדיג פסוקים פון תהלים איז דער רבי געגאנגען מיטן קאפ ארויף, און 80 יידן הינטער אים. צוזאמען זענען זיי אריין אין א קבר אחים וואו די נאציס האבן זיי דערמארדעט. דאס איז געווען די לעצטע טויט סעלעקציע אין קאלדיטשעוו.
רעפערענצן
רעדאַקטירן- המודיע (ענגליש) 682 (ו' חשון תשע"ב) עמוד C2
פֿריערדיגער: רבי אברהם וויינבערג (דער צווייטער) |
סלאנימער רבי ה'תרצ"ג - ה'תש"ד |
נאָכפֿאלגער: ? |