באראנאוויטש
באַראַנאוויטש (בעלארוסיש: Бара́навічы באַראַנאַוויטשי, פּויליש: Baranowicze) איז א שטאט אין בעלארוס אינעם בריסקער וואבלאסט, פלאצירט , 113 ק"מ צפון פון פינסק און 53 ק"מ דרום פון נאווהארדאק.
www |
|
היסטאריע
רעדאַקטירןדי שטאט ווערט דערמאנט אין 1706 ווי די פארמעגן פון א פוילישער פאמיליע ראזוואדאווסקי. ווען פוילן איז געווארן צעטיילט אין סוף פון 18טן יארהונדערט איז באראנאוויטש געווארן א טייל פון דער רוסלענדישער אימפעריע.
אין 1883 האבן געוואוינט אין דער שטאט עטלעכע 2000 מענטשן. אין 1900 האבן געוואוינט דארט 2,171 יידן.[1] אין אנהייב פונעם 20סטן יארהונדערט איז אויפגעשטעלט געווארן אין דער שטאט די אוהל תורה ישיבה; רבי אלחנן וואסערמאן איז געווען דער ראש ישיבה ביז דער צווייטער וועלט-מלחמה.
פון 1928 איז הויפטקווארטירט אין באראנאוויטש דער הויף פונעם סלאנימער חסידות, און צוויי סלאנימער רבי'ס האבן געוואוינט אין דער שטאט, רבי אברהם וויינבערג און זיין זון רבי שלמה דוד יהושע, וואס איז אומגעקומען ביים חורבן אייראפע.
אין 1991 איז באראנאוויטש געווארן א טייל פון אומאפהענגיקן בעלארוס.
זעט אויך
רעדאַקטירןוועבלינקען
רעדאַקטירןרעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ "באראנאוויטש", ביי "JewishGen" (אויף ענגליש)