שלוקערץ
א שלוקערץ איז א אויפטרייסלונג אין דעם אטעם-סיסטעם פונעם קערפער, וואס פאסירט געווענליך נאכן עסן, אבער אויך אפט, און האלט געווענליך אן פאר א קורצער צייט.
אורזאך
רעדאַקטירןא מענטש אטעמט דורך די לונגען וואס זענען צוויי בּאַלאָנען וואס נעמען אריין דאס לופט וואס מ'אטעמט אריין און בלאזט עס צוריק ארויס. די ארבעט פון די לונגען איז אויסצורייניגן דעם מענטשנ'ס קערפער פון קארבאן דיאקסייד וואס ליגט אין דער לופט וואס מיר אטעמען אריין. די לונגען טוישן די לופט צו קלארן אקסיגען וואס דער מענטשלעכע אנאטאמיע נוצט פאר אלע צעלן.
א מענטש דארף נישט אינזין האבן ער זאל אטעמען, נאר ס'איז פארהאן א ספעציעלער אטעם-סיסטעם אינעם מוח וואס שיקט סיגנאלן דורך די נערוון אז די לונגען זאלן אטעמען.
אסאך מאל בייגן זיך אוועק די צענטער מוסקלען פון דער אטעם-סיסטעם און שיקן אראפ אסאך לופט ביז דער דיאפראגמע (א גרופע מוסקלען וועלכע טיילן אפ די לונגען פון די אנדערע טיילן אין בויך). די דיאפראגמע שיסט צוריק ארויף די לופט דורך זיך צאמציען, די פלוצלינגע גאלאפ און פלוס פון לופט אריין אין די לונגען אויף איין מאל פאראורזאכט דעם עפיגלאטיס זיך צו פארמאכן און דעריבער שאפֿנדיג דעם קול פונעם שלוקערץ וואס מיר הערן און שפירן.
וועגן דער זעלבער אורזאך טוט אמאל דער מענטש הוסטן. די אונטערשייד איז, אז ווען מען הוסט איז עס קורץ (צוויי ביז פינף מאל) און שלוקערצן קען געשען צענדליגער מאל.