די אָטעם־סיסטעם איז א סיסטעם אינעם מענטשלעכן קערפער וואס דערמעגלעכט אקסידירן דאס בלוט און אויסשיידן דעם קארבאן דיאקסייד וואס איז א בייפראדוקט פון דעם פראצעס. די אטעמען סיסטעם איז צונויפגעשטעלט פון די העכערע אטעם־איבערגאנגען און די נידעריגע אטעם־איבערגאנגען. די העכערע לופט איבערגאנגען שליסן איין דעם נאז, מויל און דעם אנהייב פונעם לופטרער. די נידעריגע אטעם־איבערגאנגען שליסן איין דעם לופטרער, די בראנכן און די לונגען. דער ברוסטקאסטן נעמט איין אויך די ריפן (צווישן די ריפן געפינט זיך אן אדער, אן ארטעריע און א נערוו), דעם ברוסטביין און די צווישנריפ מוסקלען, און די דיאפראגמע.

סקיצע: אָטעם־סיסטעם

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אטעם-סיסטעם


מענטשלעכע ארגאן-סיסטעמען        

אטעם-סיסטעם - אימון-סיסטעם - בלוט צירקולאציע - הערן סיסטעם - זען סיסטעם - חוש-סיסטעם - לימפאטישע סיסטעם - פארדייאונג סיסטעם - נערוון סיסטעם - ענדאקרינאלע סיסטעם - פארמערן סיסטעם - מוסקלען