רבי חיים אלכסנדר ראזענפעלד זצ"ל (ה'תרמ"ב - ה'תש"ג), רב אין זאסאלע

רבי חיים אלכסנדר איז געבוירן אין יאר ה'תרמ"ב, צו זיין פאטער הרב אלעזר ראזענפעלד פון אושפצין, א זון פון הרב יהושע ראזענפעלד, רב אין קאמינקא, א זון פון הרב שלום ראזענפעלד, רב אין קאמינקא. און צו זיין מוטער מרת פראדיל א טאכטער פון הרב חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב.

רבי חיים אלכסנדר איז אומגעקומען אויף קידוש השם אין יאר ה'תש"ג (אומגעפער), צוזאמען מיט זיין פאמיליע, הי"ד.

רבי חיים אלכסנדר האט געהייראט מרת חיה א טאכטער פון זיין פעטער הרב יצחק טוביה רובין. זייערע קינדער:

  • הרב נפתלי צבי הירש ראזענפעלד, רבי אין ניימארקט, ער האט געהייראט מרת חנה א טאכטער פון הרב חיים יעקב ראזענפעלד א זון פון הרב שלום ראזענפעלד (דער צווייטער).
  • מרת שיינדל די ווייב פון הרב אברהם יהושע ראזענפעלד א זון פון הרב יצחק ראזענפעלד רבי אין ריישא א זון פון הרב שלום ראזענפעלד (דער צווייטער).
  • מרת רבקה הענא די ווייב פון הרב אברהם אביש אורנשטיין רבי אין אושפצין.
  • מרת פראדיל
  • מרת מרים

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  • אוהב שלום
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר