שאווארש קאראפעטיאן
שאַוואַרש קאַראַפעטיאַן (ענגליש: "Shavarsh Karapetyan", ארמעניש: Շավարշ Կարապետյան; געבוירן דעם 19טן מיי 1953), איז א ארמענישער פֿלוספֿעדער שווימער און א העלד וועלכער האט זיך איינגעשטעלט דאס אייגענע לעבן צו ראטעווען פילע מענטשן פון טויט מיט זיי ארויסשלעפּן פון א טיפער שמוציגער אזערע אין יערעוואן, ארמעניע.
געבורט |
19 מאי 1953 (אלט 71) סאוועטן פארבאנד |
---|---|
מדינה | סאוועטן פארבאנד |
וואוינארט | מאסקווע |
shavarsh | |
כאטש עס איז נאר אפיציעל דאקומענטירט אז ער האט געראטעוועט צוואנציג מענטשן, איז אנגענומען אז ער האט ארויסגעשלעפט פיל מער. נאר אסאך פון די וואס זענען געבליבן לעבן האבן פשוט אוועקשפאצירט פונעם ארט ממילא האט מען עס נישט אויפן פלאץ פאראייביגט.
ווי אויך זענען נישט אלע דעטאלן וואס די רעגירונג האט דאן געשריבן הונדערט פראצענט קראנט, ווי עס געווען דער איינפיהרונג אין די לענדער וואס האבן געהערט צום סאוויעטן פאראיין.
די אינטערסאנטע זאך איז אז שאווארש האט פאר קיינעם נישט דערציילט דערוועגן, אריינגערעכנט זיין אייגענע ווייב, און די רעגירונג האט זיכער געמאכט א שווייג ביז א צייטונג שרייבער אין מאסקווע איז געוואויר געווארן דערפון און באשריבן די געשיכטע אין דער גרעסטער קאמוניסטישער צייטונג, אזוי איז ער פארוואנדלט געווארן אין א רוסישער העלד.
נאך דער רעטונג איז ער געליגן אין שפיטאל מאנאטן לאנג מיט א לונגען אנטצינדונג און וואונדן. ווען ער האט זיך ענדליך אויסקורירט האט ער פארט נישט געקענט ווייטער אנגיין מיט זיין קאריערע אלס שנעל-שווימער צוליב די יסורים וואס ער האט געליטן. און אויך האט ער אנטוויקלט א שרעק פון וואסער. ממילא האט ער געעפנט א שוסטעריי אין מאסקווע.
שפעטער אין לעבן איז איהם נאך צוויי מאל אויסגעקומען צו ראטעווען מענטשן פון טויט. איינמאל אויף א באס וואס דער פיהרער האט פארלוירן קאנטראל און כמעט אריינגעפארן אין א טאל און דאס אנדערע מאל פון א פייער וואו מענטשן זענען געווען פארכאפט.