שאדיק
Szadek
POL Szadek COA.svg
Szadek-rynek.jpg
רינעק אין שאדיק
מדינה / טעריטאָריע Flag of Poland.svg פּוילן
ראַיאָן לאדזשער וואויוואדעשאפט
בירגערמײַסטער סטעפֿאַניע סולינסקע
שטח 17.99 קוואדראט ק"מ
באַפעלקערונג

 ‑ אין שטעטל

2,007‏
צײַט זאָנע [[UTC+1 צענטראלע אייראפעישע צייט]]
http://www.szadek.net

שאַדיק (פּויליש: Szadek) איז א שטעטל אין לאדזשער וואויוואדעשאפט, פוילן, 12 ק"מ צפון פון זדונסקעוואלע און 35 ק"מ מערב פון לאדזש.

דאס שטעטל האט 2,050 איינוואוינער (2004).

היסטאריערעדאַקטירן

שאדיק איז געווארן אפיציעל א שטעטל אין סוף פון 13טן יארהונדערט. אין 1624 האט דאס שטעטל באקומען דאס זכות נישט לאזן יידן בויען הייזער, אבער יידן פון לאסק פלעגן קומען קיין שאדיק איינקויפן.

אין 1765, האבן 8 יידישע משפחות זיך באזעצט אין שטעטל: א שניידער, א קירזשנער און א שוחט/חזן/מוהל. אין 1793 האט א ייד געהאט אן ארענדע פאר די דריי שענק. אין 1802, נאכן צעטיילן פון פוילן, האט דער פרייסישער גובערנאטאר אנולירט דעם געזעץ וואס פארבאט יידן פון וואוינען אין שטעטל.

אין אנהייב איז שאדיק געווען א טייל פון דער לאסקער קהילה. בערך יאר ת"ר איז שאדיק געווארן אן אומאפהענגיקע קהילה, מיט אן אייגענעם בית עולם. דער ערשטער רב און אב"ד איז געווען הרב נחום לעווי, ביז תרמ"ד ווען ער איז ארויף אין ארץ ישראל. אין תרמ"ט האט מען באשטימט רבי פישל מאיר מארגנשטערן (א דיין אין לאסק) שטאטס רב. נאך אים האט געדינט זיין זון, הרב אברהם מארגנשטערן אלס אב"ד. דער לעצטער שאדיקער רב איז געווען הרב ראזנצווייג.

יידן אין שאדיקרעדאַקטירן

יאר יידן  
תקנ"ד 38
תרי"ז 339
תרנ"ז 495
תרפ"א 535
סוף תרצ"ט 479

וועבלינקרעדאַקטירן

קאארדינאטן: 51°41′30″N 18°58′45″E / 51.69167°N 18.97917°E / 51.69167; 18.97917