הרב רפאל שפירא (אדר ה'תקצ"ז, 1837 - כ"ג אדר ב' ה'תרפ"א, 1921) איז געווען דער רב און ראש ישיבה אין וואלאזשין.

רפאל שפירא
געבורט 1837
אדר ה'תקצ"ז רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1921 (אלט 84 בערך)
כ"ג אדר ב' ה'תרפ"א רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באלאנג מתנגדים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאטער אריה לייב שפירא רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

רפאל שפירא איז געבוירן געווארן אין חודש אדר תקצ"ז, אין דער שטאט סמארגאן, צו זיין פאטער הרב אריה לייב שפירא, דער קאוונער רב, באקאנט אלס ר' לייבעלע קאוונער. אין תרי"ב (1852), ביי די פופצן יאר, האט הרב נפתלי צבי יהודה בערלין, דער נצי"ב, אים גענומען פאר אן איידעם צו זיין טאכטער שרה ראשא. אין תר"ל האט מען אים באשטימט וויצע ראש ישיבה אין דער וואלאזשינער ישיבה, און ער האט אנגעהויבן זאגן שיעורים אין דער ישיבה דריי מאל א וואך. אין תרמ"א האט ער איבערגעגעבן זיין אמט צו זיין איידעם רבי חיים סאלאווייטשיק פון בריסק, און ער איז געווארן רב אין נאוואאלעקסאנדראווסק אין ליטא.

אין תרמ"ו איז ער באשטימט געווארן רב פון באברויסק, ווייסרוסלאנד (היינט בעלארוס).