משה קולבאק

ליטווישער יידישער שריפטשטעלער

משה קולבאַק (1896, סמאָרגאָן, ווילנער גובערניע, רוסלענדישער אימפּעריע, איצט בעלארוס – 1937, מינסק) איז געווען אַ ייִדישער דיכטער, ראָמאַניסט, דראַמאַטורג.

משה קולבאק
משה קולבאַק
געבורט 20 מערץ 1896
סמארגאן, Q279583, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 29 אקטאבער 1937 (אלט 41)
מינסק, סאוועטן פארבאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה רוסלענדישע אימפעריע, סאוועטן פארבאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך דיכטער, איבערזעצער, דראמאטורג, שרייבער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

לעבנס-געשיכטע

רעדאַקטירן

משה קולבאַק האָט זיך געלערנט אין אַ ייִדיש-רוסישער קאַזיאָנע שולע, באַזוכנטיק אין אָוונט אַ חדר-מתוקן. דערנאָך האָט ער זיך געלערנט אין ישיבות פון סווענטשאַן, וואָלאָזשין און מיר. בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה האָט משה קולבאַק געאַרבעט ווי אַ לערער אין אַ ייִדישן יתומים-הויז אין קאָוונע. אין דעם פּעריִאָד – אין 1916 האָט ער דעביוטירט אַלס דיכטער מיטן ליד "שטערנדל". אין 1918 האָט ער געוואוינט אין מינסק, אין 1919 – אין ווילנע, אין 1920 – 1923 – אין בערלין. זינט 1923 ביז 1928 האָט משה קולבאַק געלעבט אין ווילנע, געאַרבעט אין ייִדישע גימנאַזיעס און אינעם לערער-סעמינאַר. אין 1927 האָט מען אים אויסדערוויילט אַלס פאָרזיצער פונעם אלוועלטלעכן ייִדישן פּען-קלוב. אין 1928 איז משה קולבאַק אַריבערגעפאָרן פון ווילנע, וועלכע איז דעמלט געווען אין באַשטאַנד פון פּוילן, קיין ראַטנפאַרבאנד און זיך באַזעצט אין מינסק. אין 1937 איז משה קולבאַק אַרעסטירט געוואָרן דורך נ.ק.וו.ד., באַשולדיקט אין ייִדישער נאַציִאָנאַליסטישער טעטיקייט און דערשאָסן געוואָרן.

זײַנע ביכער

רעדאַקטירן
  • די שטאָט. פּאָעמע, ווילנע 1920
  • מאָנטיק. ראָמאַן, וואַרשע, 1926
  • בוניע און בערע. הומאָריסטישע פּאָעמע, ווילנע, 1927
  • משיח בן אפרים; מאָנטאָג, ווילנע, 1929
  • אַלע ווערק, ווילנע, 1929
  • זעלמעניאַנער. גרעסערע דערציילונג, מינסק, 1931 [1] [2]
  • דיסנער טשײַלד האַראָלד, פּאָעמע-סאַטירע, מינסק, 1933
  • בויטרע גזלן. דראַמאַטישע פּאָעמע, מינסק, 1936
  • בנימין מגידאָוו. פּיעסע, מינסק, 1937
  • משיח בן אפרים; מאָנטאָג, בוענאָס-אײַרעס, 1950
  • געקליבענע ווערק, ניו-יאָרק, 1953
  • אויסגעקליבענע שריפטן, בוענאָס-אײַרעס, תשל"ו
  • גוט איז דער מענטש. געקליבענע לידער און פּאָעמעס, מאָסקווע, 1979

וועבלינקען

רעדאַקטירן