יעקב יוסף טווערסקי

ערשטע סקווירא רבי
(אַריבערגעפֿירט פון רבי יעקב יוסף טווערסקי)
יעקב יוסף טווערסקי
סקווערער רבי
געבורט טו תמוז תרנ"ט
סקווירא אוקריינא
פטירה ב ניסן תשכ"ח
פאראייניגטע שטאטן
קבורה ארט שיכון סקווירא
חסידות סקווירא
הויף ארט שיכון סקווירא
נומער אין דינאסטיע 3
פאריגער רבי דוד טווערסקי (דער ערשטער)
נאכפאלגער רבי דוד טווערסקי
ספרים דברות קודש, בקדושה של מעלה
פאטער רבי דוד טווערסקי
מוטער ציפורה
ווייב טראני
קינדער פייגא מלכה, סימא מירל, מַריָם, דוד

ר' יעקב יוסף טווערסקי (ט"ו תמוז, ה'תרנ"ט - ב' ניסן, ה'תשכ"ח) איז דער סקווערער רבי וואס האט געגרינדעט דאס ערשטע יודישע שטעטל שיכון סקווירא אין ניו יארק, און דארט ליגט ער באהאלטן (ער איז דער ערשטער נפטר וואס איז באערדיגט געווארן אין דעם סקווערער בית החיים. ער איז געווען באקאנט אלס א שטארקער פרומער, און אויסערגעווענליכער בעל מדות. ער האט זיך גוט געלעבט מיט יעדן, סיי די קנאים און סיי די לינקע.

יונגע יארן

רעדאַקטירן

ר' יעקב יוסף איז געבוירן אין שטעטל סקווירא (היינט אוקראינע) אום יאר תרנ"ט צו זיין פאטער רבי דוד טווערסקי, דער צווייטער סקווערער רבי, און זיין מוטער, א טאכטער פון ר' אליקים געץ ספרד פון אוסטראה.

אין זיינע יונגע יארן איז ער געווען אן אויסערגעווענליכער מתמיד. ער האט פארציילט אז ווען ער פלעגט זיך וועלן אפרוען, פלעגט ער דורכטון דעם רמב"ם'ס הלכות קידוש החודש.

ער איז גערופן געווארן אלץ יונגער בחור זיך צו שטעלן צו דער מיליטער, אבער דורך שתדלנות פון עסקנים איז אים געלונגען זיך צו ווערן באפרייט דערפון. עס איז באקאנט אז ווען מען האט אים גענומען זיך צו שטעלן איז געווען אין שבת. ווען מען האט אים ארויסגעלאזט האט מען פארלאנגט פון אים אונטער צו חתמ'ען א פאפיר, האט ער בשום אופן נישט מסכים געווען כאטש עס האט געטרויעט אז דער גאנצער שתדלנות וועט בטל ווערן. צום סוף איז אים געלונגען נישט צו דארפן חתמ'ען. ווען ער איז אהיימגעקומען שבת נאכמיטאג האט אים זיין פאטער ר' דוד'ל די ערשטע זאך געפרעגט צי ער האט גע'חתמ'ט. דערנאך האט ער אים געהייסן גיין אויסזאגן תהלים און דורך לערנען אור החיים אויפ'ן פרשה כמנהג סקווירא, וואס צוליב דער מצב האט ער נאך נישט געהאט געטון.

אלץ א בחור אין עלטער פון צוואנציג, נאכדעם וואס זיין פאטער איז אוועק אין יאר תר"ף, און דער מצב פון אידן אין רוסלאנד האט זיך געהאלטן אין איין ערגערן צוליב דער אויפשטאנד פון די באלשעוויקן, האט ער זיך אוועקגעצויגן מיט זיין מוטער קיין רומעניע צו וואוינען נעבן זיין עלטערן ברודער ר' איציקל קעשינאווער, וואס האט דאן אנגעהויבן פירן רביסטעווע.

די חתונה יארן

רעדאַקטירן

אין יאר תרפ"ה האט ער חתונה געהאט אין קעשענעוו מיט רעביצין טראני, די טאכטער פון ר' פיניעלע אוסטילער, וועלכע איז געווען א זון פון ר' מאטעלע רחמיסטריווקער און אן איידעם פון בעלזער רב ר' ישכר דוב. ר' יעקב יוסף איז געפארן וואוינען אין בעלז ביי זיין עלטער שווער, וואו ער איז געווארן באקאנט שוין אלץ יונגערמאן אלץ גאר א פרומער. ער האט זיך אויך דארט געווארן שטארק בידידות מיט זיין פעטער, דער שפעטערדיגער בעלזער רב ר' אהרן.

ווען זיין שווער, ר' פנחס, וועלכער איז געווען רב אין אוסטילא, האט פארלאזט די שטאט און זיך געצויגן אויף פשעמישל האבן די אוסטילער שטאטסלייט זיך געבעטן ביי ר' יעקב יוסף אנצונעמען דעם פאסטן. ר' יעקב יוסף האט געענטפערט קורץ אז ער האט עס נישט געזען ביים טאטן. דאס האט אים געוואונען גאר שטארקע רעספעקט ביים עלטער שווער, ר' ישכר דוב.

שפעטער האט זיך ר' יעקב יוסף געצויגן קיין קאלאראש וואו ער האט אנגעהויבן פירן רביסטעווע, און שפעטער האט ער זיך געצויגן קיין יאס. מיט דער צייט איז זיין נאמען ארויס אלס אן איש קדוש.

אין די מלחמה יארן איז ער געווען אין בוקארעשט, און שטארק געליטן פון די דייטשן פון וועמען ער האט זיך עטליכע מאל קוים ארויסגעדרייט מיטן לעבן. אויף איין פאל, אין תמוז תש"א, איז ער געפירט געווארן אין א פארמאכטע באן אנגעשטאפט מיט מענטשן אן קיין ביסל עסן אדער טרינקען אין א שווערע אומדערטרעגליכע היץ. די באן איז געפארן אן קיין ציל און פיר טעג דערנאך ווען די באנען האבן זיך אפגעשטעלט זענען געווען נאר פיר מענטשן אין דעם וואגאן ביים לעבן. פון ערגעץ וואו איז געברענגט געווארן וואסער און ר' יעקב יוסף האט געשלינגען צוויי מאל פון דעם גלאז. ער האט שפעטער זיך אפגערעדט אז דער ערשטער שלינג איז געווען נייטיג אויף צו לעבן, אבער דער צווייטער איז שוין געווען איבריג. ער האט נאך דעם עפיזאד זיך אונטערגענומען אויסצוזאגן תהלים יעדן אינדערפרי פאר'ן דאווענען, און נישט צו עסן קיין פלייש אדער ברויט אויסער ימי קודש און יומא דפגרא.

רבי לוי יצחק גרונוואלד, דער צעהלימער רב, האט אוועקגעגעבן זיין דירה פארן סקווערער רבי'ן, ווען ער איז געקומען וואוינען קיין ניו יארק, און האט אים פלאצירט מיט אלעס וואס איז נויטיג, ביז עס האבן אנגעהויבן שטראמען פרישע חסידים ווי מאגנעטן, זעענדיג אין אים דער ממשיך פון דרך החסידות גענוי ווי אמאל.

מנהגים איינגעפירט אין שטעטל

רעדאַקטירן

אויפבויענדיג זיין חסידיש שטעטל אין ניו יארק, האט ער איינגעפירט געוויסע תקנות: צווישן די תקנות וואס ער האט איינגעפירט פאר די איינוואוינער פון שיכון סקווירא איז אויכעט:

  • שבת קודש זאל נאר זיין איין גרויסע מנין תפילה אין שטעטל.
  • מאן און ווייב זאלן נישט גיין צוזאמען אין גאס.

חתונה מנהגים ותקנות

רעדאַקטירן
  • נאך דער חופה גייען נישט די חתן כלה אנגעכאפט האנט ביי האנט.
  • דער חתן קומט נישט אריין ביי דער חתונה צווישן די פרויען, ווי עס איז איינגעפירט ביי אנדערע.
  • ביים מצוה טאנץ טאנצן אויך דער חתן און דער כלה'ס פאטער מיט א גארטל.

די קינדער פון רבי יעקב יוסף און רעביצין טראני זענען:

פֿריערדיגער:
רבי דוד טווערסקי
דער סקווערער רבי
תרצ"ז - תשכ"ח
נאָכפֿאלגער:
רבי דוד טווערסקי (שיכון סקווירא)