ראסל סקווער אונטערגרונט סטאנציע

ראַסל סקווער (Russell Square) איז א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע אין בערנארד גאס, בלומסבורי, אין דער לאנדאנער בארא פון קאמדן, צענטראל לאנדאן. די סטאנציע איז אויף דער פיקאדילי ליניע, אין טראוולקארט זאנע 1. אין 2011 האבן 14.73 מיליאן פאסאזשירן געניצט די סטאנציע. נישט ווייט פון דער סטאנציע געפינען זיך ראסל סקווער, דער בריטישער מוזיי און בירקבעק קאלעדזש פונעם אוניווערסיטעט פון לאנדאן.

ראסל סקווער סטאנציע
פעראן

היסטאריע

רעדאַקטירן

די סטאנציע איז געעפנט געווארן דורך דער גרויסנארדענער, פיקאדילי און בראמפטן באן (היינט די פיקאדילי ליניע) דעם 15טן דעצעמבער 1906. מען דערגרייכט די פעראנען דורך דריי ליפטן; אויך קען מען צוקומען דורך 175 טרעפן.


רעפערענצן

רעדאַקטירן

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: ראסל סקווער אונטערגרונט סטאנציע
  פֿריערדיגע סטאנציע      לאנדאנער אונטערגרונט     פֿאלגנדע סטאנציע  
פיקאדילי ליניע


קאארדינאטן: 51°31′23″N 0°7′28″W / 51.52306°N 0.12444°W / 51.52306; -0.12444