אקסברידזש אונטערגרונט סטאנציע
אַקסברידזש (ענגליש: Uxbridge) איז א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע אין אַקסברידזש, צפון־מערב לאנדאן, און איז די סוף־סטאנציע פונעם אקסברידזש צווייג פון סיי דער מעטראפאליטאן ליניע און סיי דער פיקאדילי ליניע. די סטאנציע איז אין טראוולקארט זאנע 6.
אַקסברידזש ![]() | |
---|---|
![]() אריינגאנג צו סטאנציע | |
לאקאציע פון אַקסברידזש אין גרויסלאנדאן | |
לאקאלער סטאנציע נאמען: | Uxbridge |
יאר געעפנט: | 1904 |
לאקאציע: | אַקסברידזש |
בארא: | הילינגדן |
פארוואלטער: | לאנדאנער אונטערגרונט |
ליניעס אדורך דער סטאנציע: | מעטראפאליטאן ליניע פיקאדילי ליניע |
צאל פעראנען: | 4 |
טראוולקארטע זאנע: | זאנע 6 |
צאל פאסאזשירן אין יאר: | 8.34 מיליאן (2015) |
היסטאריערעדאַקטירן
די הארוי און אקסברידזש באן (שפעטער צונויפגעמישט אין דער מעטראפאליטאן באן) האט געעפנט א סטאנציע אין אַקסברידזש אום 4טן יולי 1904. אום 1טן מערץ 1910 איז די דיסטריקט ליניע געווארן פארלענגערט פון דרום הארוי צו פארבינדן מיט דער מעטראפאליטאן באן ביי ריינערס ליין און די דיסטריקט האט אנגעהויבן א באן באדינונג קיין אקסברידזש.
פון 23סטן אקטאבער 1933 האט די פיקאדילי ליניע איבערגענומען די דיסטריקט ליניע באדינונגען.
אום 4טן דעצעמבער 1938 האט מען געעפנט די היינטיקע סטאנציע געביידע.
באדינונגעןרעדאַקטירן
מעטראפאליטאן ליניערעדאַקטירן
א גאנצן טאג
- 8 באנען א שעה קיין אלדגייט.
אין די מארגנדיקע שפיץ שעה׳ן
- 2 באנען א שעה קיין אלדגייט (האלב-גיך)
- 4 באנען א שעה קיין אלדגייט (אלע סטאנציעס)
- 4 באנען א שעה קיין בעקער סטריט (אלע סטאנציעס)
אין די אוונטדיקע שפיץ שעה׳ן
- 7 באנען א שעה קיין אלדגייט (אלע סטאנציעס)
- 3 באנען א שעה קיין בעקער סטריט (אלע סטאנציעס)
פיקאדילי ליניערעדאַקטירן
א גאנצן טאג, 3 באנען א שעה קיין קאקפאסטערס
אין די שפיץ שעה׳ן, 6 באנען א שעה קיין קאקפאסטערס
פאסאזשירן ווערן געראטן צו פארן מיט דער ערשטער באן און טוישן באן אין ריינערס ליין ווען נייטיק, ווייל פון דארטן הייבן אן העלפט פון די פיקאדילי ליניע באנען.
גאלעריערעדאַקטירן
רעפערענצןרעדאַקטירן
וועבלינקעןרעדאַקטירן
פֿריערדיגע סטאנציע | לאנדאנער אונטערגרונט | פֿאלגנדע סטאנציע | ||
---|---|---|---|---|
קיין בעקער סטריט אדער אלדגייט | מעטראפאליטאן ליניע | סוף-סטאנציע | ||
קיין קאקפאסטערס | פיקאדילי ליניע | |||
געוועזענע באדינונגען | ||||
קיין אפמינסטער | דיסטריקט ליניע (1910-1933) | סוף-סטאנציע |