קערנדיקע קראפט איז די ניץ פון קערנדיקער ענערגיע צו גענערירן עלעקטריע, וואס מען ניצט צו ארבעטן מאשינען און הייצן הייזער. קערנדיקע קראפט ווערט אויך געניצט אין סובמארינען.

אין 2007, איז 14% פון דער וועלטס עלעקטריע געקומען פון קערנדיקער קראפט.

קאטענאם קראפט סטאנציע לעבן מעץ איז די גרעסטע קערנדיקע קראפט סטאנציע אין פראנקרייך, אין 2011.

היסטאריע

רעדאַקטירן

ווען מען שפאלט דעם יאדער פון אן אטאם באפרייט מען אסאך ענערגיע. די ענערגיע קען מען ניצן למשל צו קאכן וואסער וואס ווערט פארע און טרייבט טורבינעס. די טורבינעס שאפן עלעקטריע.

ענריקא פערמי האט געמאכט דעo ערשטן קערנדיקן רעאקטאר אין 1941.