ענריקא פערמי
ענריקא פֿערמי (איטאליעניש: Enrico Fermi; 29סטן סעפטעמבער 1901 - 28סטן נאוועמבער 1954) איז געווען אן אמעריקאנער פיזיקער, געבוירן אין איטאליע, וואס האט געארבעט אויפן ערשטן קערנדיקן רעאקטאר, און איז באוואוסט פאר זיינע ביישטייערונגען צו דער אנטוויקלונג פון קוואנטן טעאריע, קערנפיזיק, טיילכל פיזיק און סטאטיסטישע מעכאניק. אין 1938 איז ער באלוינט געווארן מיטן נאבעל פריז פאר זיין ארבעט אויף ראדיאאקטיוויטעט.
געבורט |
29 סעפטעמבער 1901 רוים, Q172579 |
---|---|
טויט |
28 נאוועמבער 1954 (אלט 53) שיקאגא, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
וואוינארט | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, רוים, איטאליע |
ער איז געווען איינער פון די גרעסטע וויסנשאפטלער פונעם 20סטן יארהונדערט.
ביאגראפיע
רעדאַקטירןפערמי איז געבוירן געווארן אין 1901 אין רוים. ער האט שטודירט אין פיסא. אין 1923 האט ער באקומען א סטיפענדיע פון דער איטאליענישער רעגירונג צו גיין שטודירן אין געטינגען, דייטשלאנד. אין 1924 האט ער באקומען א ראקעפעלער סטיפענדיע צו שטודירן אין ליידן, האלאנד. סוף 1924 איז ער צוריקגעקומען אין איטאליע און ער איז געווארן לעקטאר אין מאטעמאטיששער פיזיק און מעכאניק אינעם אוניווערסיטעט פון פירענצע.