ליבערטי, ניו יארק

שטעטל אין ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן

ליבערטי (ענגליש: Liberty) איז א טאון אין סאליוואן קאונטי, ניו יארק מיט א באפעלקערונג פון 9,885 לויט די 2010 צענזוס.

עס אנטהאלט אין זיך די ליבערטי ווילידזש. עס איז פארהאן א שאפרייט אין ליבערטי.

היסטאריע

רעדאַקטירן

די טאון איז געגרינדעט געווארן אין 1807 פון די טאון אוו לומבערלאנד, און איז געווען דער פערטער טאון אין דער קאונטי.

די ערשטע ווייסע מענטשן האבן זיך באזעצט דארט ארום 1794 ווי עס איז דאקומענטירט אז אליעזר לאראבי פון קאנעטיקעט האט דארט געבויעט א מיל.

געאגראפיע

רעדאַקטירן

די טאון האט א טאטאל פון 80.7 קוואדראט מייל, פון וואס בלויז 1.1 איז וואסער.

דעמאגראפיע

רעדאַקטירן

רוב פונעם טאון זענען ווייסע אמעריקאנער. עס איז פארהאן א באדייטנדע פרומע יודישע קהילה אין ליבערטי. און א גרויסע גאנץ-יעריגע אלטע'ס היים, וועלכער באלאנגט צו א פרומער יוד, געפינט זיך דארט. אום זומער ווען עס שפרודלט מיט יודן און וואקאציאנערן, לעבט די שטאט מער אויף.


היסטארישע פלעצער

רעדאַקטירן

פערזעהנליכקייטן

רעדאַקטירן

וועב לינקען

רעדאַקטירן