ווירדזשיניע
ווירדזשיניע איז דער 10טער שטאט פון די פופציג שטאטן, אין די פאראייניגטע שטאטן, וואס געפינט זיך אין דרום זייט פון אמעריקע. די הויפטשטאט איז ריטשמאנד.
די סי איי עי איז הויפטקווארטירט אין לענגלי, ווירדזשיניע.
די באפעלקערונג פונעם שטאַט לויטן 2020 צענזוס איז 8,631,393 ווירדזשיניע, גערופן אויפן נאמען פון דער מלכה עליזאבעט די ערשטע, וועמען מ׳האט גערופן די "בתולה קעניגין" (The Virgin Queen), איז געווען איינע פון די 13 זידלונגען וואס האבן רעוואלטירט קעגן בריטאניע אין 1776. ווי איינע פון די ערשטע שטאַטן אין די פאראייניגטע שטאטן, האט ווירדזשיניע פארזארגט צו די פאראייניגטע שטאטן א סך פון אירע ערשטע חשובע פירער ווי דזשארזש וואשינגטאן און טאמעס זשעפערסאן, ווי אויך נאך זעקס פרעזידענטן פון די פאראייניגטע שטאטן וואס זענען געבוירן געווארן אין דעם שטאַט (זשיימס מעדיסאן, זשיימס מאנרא, וויליאם הענרי העריסאן, זשאן טיילער, זאקארי טיילאר און וואודרא ווילסאן); צוליב דעם רופט מען ווירדזשיניע די „מאמע פון די פרעזידענטן". אויך האט ווירדזשיניע פיל ערטער פארבונדן מיט דער היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן.
היסטאריש האט ווירדזשיניע געהערט צום דרום וואו מען האט צוגעלאזט שקלאפעריי.
די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע | |
---|---|
אהאיא • אייאווע • איידעהא • אילינוי • אינדיאנע • אלאבאמא • אלאסקע • אקלעהאמע • אריזאנע • ארעגאן • ארקענסא • דזשארדזשיע • דעלעווער • דרום דעקאטע • דרום קאראליינע • האוואי • וואשינגטאן • וויאמינג • ווירדזשיניע • וועסט ווירדזשיניע • וויסקאנסין • ווערמאנט • טענעסי • טעקסאס • יוטא • לואיזיאנא • מאנטענע • מאסאטשוסעטס • מישיגן • מינעסאטע • מיסיסיפי • מיזורי • מעין • מערילאנד • ניו העמפשער • ניו זשערסי • ניו יארק • ניו מעקסיקא • נעבראסקא • נעוואדא • פלארידע • פענסילוועניע • צפון דעקאטע • צפון קאראליינע • קאלאראדא • קאליפארניע • קאנעטיקעט • קענזעס • קענטאקי • ראוד איילענד |