עלקוש
Olkusz
POL Olkusz flag.svg POL Olkusz COA.svg
Baszta olkusz.jpg
טורעם אין עלקוש
מדינה / טעריטאָריע Flag of Poland.svg פּוילן
גרינדונג דאַטע 1299
קאָאָרדינאַטן 50°17′N 19°34′E / 50.283°N 19.567°E / 50.283; 19.567קאארדינאטן: 50°17′N 19°34′E / 50.283°N 19.567°E / 50.283; 19.567
וואויוואדעשאפט קליינפוילן
דיסטריקט עלקושער דיסטריקט
בירגערמייסטער דאריוש זשעפקא
שטח 25.63 קוואדראט ק"מ
באַפעלקערונג (2006)

 ‑ אין שטעטל
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײַט

37,552‏
1,500 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC+1
http://www.olkusz.eu/

עלקוש אדער עלקיש (פּויליש: Olkusz אלקוש; רוסיש: Олкуш) איז א שטאט אין דרום פוילן, 34 ק"מ דרום־מערב פון קראקע און 30 ק"מ מזרח פון בענדין. עס באדעקט א שטח פון 25.6 קוואדראט ק"מ. אין 2006 האט עלקוש געהאט 37,552 איינוואוינער. עלקוש איז די הויפטשטאט פונעם עלקושער דיסטריקט.

די גרעסטע אינדוסטריע אין אזשאראוו איז א צעמענט פאבריק.

עלקוש געפינט זיך ביים באבא טייך, אויף דער ווארשע-קראקע שאסיי.

היסטאריערעדאַקטירן

יידישע קהילהרעדאַקטירן

אין 1900 האבן געוואוינט אין עלקוש 1,835 יידן.‏[1]

אין 1926 זענען א דריטל פון די מיטגלידער אינעם שטאטראט געווען יידן. פאר דער חורבן אייראפע האבן געוואוינט אין עלקוש אומגעפער 2,500 יידן, א פערטל פון דער באפעלקערונג פון דער שטאט.

דער לעצטער רב פון עלקוש איז געווען הרב יהושע העשיל הורוויץ.

אין 1942 האט מען פארטריבן די יידן פון עלקוש צו זייער טויט אין אוישוויץ.

עלקושער דערנידערונגס אקציערעדאַקטירן

  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – עלקושער דערנידערונגס אקציע


אין סיון ה'ת"ש האט די געשטאפא געפירט אן אויסשטעל־פראצעס פאר די איינוואוינער פון עלקוש צוליב דעם מארד פון א דייטשער גרענעץ־היטער.

א חודש נאכהער, אום כ"ה תמוז ה'ת"ש (31סטן יולי 1940) האבן זיי פארזאמלט אלע מענער עלטער פון 17 יאר אינעם רינעק, דארט זענען זיי אדורכגעגאנגען שווערער ברוטאליטעט באוואוסט ווי די עלקושער דערנידערונג. וועגן געהרג׳עטע אין דער אקציע איז נישט באוואוסט, אבער יידן האבן פארלוירן זייערע ציין ווען מען האט זיי געצוואונגען צו קייען זשוויר.

וועבלינקעןרעדאַקטירן

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: עלקוש

רעפערענצןרעדאַקטירן

  1. "עלקוש", ביי "JewishGen" (אויף ענגליש)