קים קארדאשיען

אמעריקאנער טעלעוויזיע און סאציאלע מעדיע פערזענלעכקייט

קימבערלי נאָעל "קים" קאַרדאַשיען וועסט (ענגליש: Kimberly Noel "Kim" Kardashian West; געבוירן דעם 21סטן אקטאבער 1980) איז אן אמעריקאנער מעדיע פערזענלעכקייט, מאדעלקע, געשעפֿטס-פרוי, סאציאליט און אקטריסע. זי איז איינע פון דריי טעכטער פון ראָבערט קאַרדאַשיען. זייער משפחה האט א רעאליטעט טעלעוויזיע סעריע מיטן נאמען "דערקונדיקן זיך מיט די קאַרדאַשיענס".

קאַרדאַשיען אין 2019

קאַרדאַשיען האט ערשט באקומען מעדיע אויפֿמערקונג צוליב איר נאענטע באציונגען מיט פעריס הילטאן. זי איז געווארן מער באקאנט נאך באווייזן זיך אין א סעקס ווידעא. קים איז בעסטנס באקאנט פאר איר ראלע אין דער טעלעוויזיע סעריע "דערקונדיקן זיך מיט די קאַרדאַשיענס". זי האט געהייראט דיימאָן טאמעס אין 2000 און האבן זיך געגט אין 2004. אין אויגוסט 2011 האט זי געהייראט קריס האַמפֿריז. האַמפֿריז איז אן NBA שפילער פון די ניו זשערסי נעטס. נאך 72 טעג האט זי געגט זיך פון אים דעם 31סטן אקטאבער צוליב "אונטערשיידן".

אין 2013 איז זי פארלויבט געווארן מיט קאַניע וועסט. די צוויי וואוינען אין קאַלאַבאַזאַס, קאליפארניע. זיי האבן פיר קינדער: נאָרד, סיינט, שיקאַגאָ און פּסאַלם.

קאַרדאַשיען איז א דעמאקראטין. זי איז בייַגעווען די 2012 נאציאנאלע דעמאקראטישע קאנווענץ צו שטיצן פרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ ביי זיין לעצטער וואל. זי אויך שטיצט אַרמענישע פאליטישע אינטערעסן ווי די פּראָקלאַמאַציע פון דער קריסטלעכער פֿעלקער מארד אין 1914.

אין 2018 האט קאַרדאַשיען געטראפֿן מיטן פּרעזידענט דאָנאַלד טראַמפּ און געהאלפן צואייַלן די פֿריילאזונג פון אַליס מערי דזשאָנסאָן, וואס האט באקומען א לעבנסלאַנגער טורמע פאר נישט געוואלדיקע דראַג באנוץ.

וועבלינקעןרעדאַקטירן

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: קים קארדאשיען