קאצמאן
שטעטל אין אוקראינע
|
קאצמאַן אדער קיצמאַן (אוקראיניש: Кіцмань קיצמאַן; דײַטש: Kotzman; רומעניש: Coţmani) איז א שטעטל אין מערב אוקראינע, 20 ק"מ צפון־מערב פון טשערנאוויץ, אין דעם היסטארישן ראיאן בוקאווינא.
היסטאריע
רעדאַקטירןקאצמאן ווערט ערשט דערמאנט אין א דאקומענט פון 1413. פון 1800 איז קאצמאן געווען אין דער עסטרייכער אימפעריע. נאך דער ערשטער וועלט-מלחמה ביז דער צווייטער וועלט-מלחמה איז קאצמאן געווען אין רומעניע.
יידישע היסטאריע
רעדאַקטירןפון 1928 ביז 1936 איז געווען רב אין קאצמאן הרב ברוך האגער, וואס איז שפעטער געווארן דער סערעטער רבי.
אין 1930 האבן געוואוינט אין קאצמאן 647 יידן.[1]
בארימטע איינוואוינער פון קאצמאן
רעדאַקטירן- רבי ברוך האגער, ערשטער סערעטער רבי
זעט אויך
רעדאַקטירןוועבלינקען
רעדאַקטירןוויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
קאצמאן