טשערנאוויצער גובערניע
|
די טשערנאוויצער גובערניע (אוקראיניש: Чернівецька область, טשערניוועטסקא אבלאַסט; רומעניש: Regiunea Cernăuți) איז אן אבלאסט (גובערניע) אין מערב אוקראינע. די הויפטשטאט פון דער גובערניע איז די שטאט טשערנאוויץ. די גובערניע גרענעצט מאלדאווע און רומעניע.
געגראפיערעדאַקטירן
טשערנאוויצער גובערניע באדעקט א שטח פון 8,097 ק"מ². זי איז די קלענסטע גובערניע אין אוקראינע, מיט 1.3% פון דער אוקראינישער טעריאטריע.
אן דער גובערניע געפינען זיך 75 טייכן לענגער פון 10 קילאמעטער. די לענגסטע טייכן זענען די נעסטער (290 ק"מ), פרוט (128 ק"מ) און סירעט (113 ק"מ).[1] די טשערנאוויצער גובערניע גרענעצט סטאניסלאווער גובערניע, טארנאפאלער גובערניע, כמעלניצקי גובערניע, וויניצער גובערניע, רומעניע, און מאלדאווע.
היסטאריערעדאַקטירן
די גובערניע איז געשאפן געווארן אין דער אוקראינישער סאוועטישער סאציאליסטישער רעפובליק דעם 9טן סעפטעמבער, 1940, נאך דער סאוועטער אקופאציע פון בעסאראביע און צפון בוקאווינע.
די גובערניע אנטהאלט טיילן פון דריי היסטארישע ראיאנען: בוקאווינא, בעסאראביע און דאראהאי קאנט פון מאלדאוויע.
שטעט אין טשערנאוויצער גובערניערעדאַקטירן
שטעטלעך אין טשערנאוויצער גובערניערעדאַקטירן
וועבלינקעןרעדאַקטירן
רעפערענצןרעדאַקטירן
- ↑ About Oblast Chernivtsi Oblast State Administration (אויף אוקראיניש)