קאפירעכט

(אַריבערגעפֿירט פון קאפירעכטן)

קאפירעכט מיינט אז דער מחבר פון שרייבענגון אדער באשאפער פון יעדע סיי וואסערע שאפונגען ווי מוזיק, קונסט און אזוי ווייטער האבן רעכט דאס צו באגרעניצן איר קאפירונג וואס איז באשיצט פון א געזעץ אז מען טאר דאס נישט קאפירן.

דער קאפירעכט סימבאל

אין ספרים שרייבט מען "כל הזכויות שמורות" אלס מנהג המדינה. אַרבעט וואס מען וויל רעזערווירן די רעכט מיטן סימבאל © (דער בוכשטאב C אין אַ קײַלעך, ראשי תיבות פונעם וואָרט copyright) - און קומענדיק צו די פראַזע "אַלע רעכט רעזערווירט". אָבער אין ישראל און אין רובֿ לענדער, איז עס ניט נייטיק, און די אַרבעט וועט זיין געשיצט אפילו אָן דעם, אויב זי טוט באַגרענעצן פֿאַר אנדערע מאַטעריאַל.

אידישקייט

רעדאַקטירן

רוב פוסקים האלטן אז דאס איז נישט קיין שום פראבלעם צו קאפירן יענעמס ארבעט ווייל עס איז נישט שייך קיין קנין אויף אינטעלעקטועלן אייגנטום. אחוץ ווען דאס איז געמאכט פאר השגת גבול האט דער קאפירער אן אנדער עבירה.

אויף אידישע ספרים אין דער אלטער היים איז געווען איינגעפירט אז מען האט גענומען פון רבנים אן איסור אז קיינער זאל נישט טארן איבערדרוקן דעם ספר ביז א געוויסן טערמין פון יארן, געווענליך 10 יאר.