צעלעם
|
צעלעם (דײַטש: Deutschkreutz; אונגאַריש: Sopronkeresztúr, ביז 1899 Németkeresztúr; קראאטיש: Kerestur), אויך צעהלעם אדער צעהלים, איז א שטעטל אין בורגנלאנד, מערב אונגארן (היינט אין עסטרייך), 70 ק"מ דרום פון ווין.
פלאצירונג
רעדאַקטירןצעלעם איז פלאצירט אין מיטל בורגנלאנד, אין דער בלויפרענקישלאנד ראיאן, 10 ק"מ דרום פון שאפראן (אונגארן), 13 ק"מ מזרח פון לאקנבאך, 17 ק"מ מזרח פון קאבערסדארף און 22 ק"מ דרוםֲ־מזרח פון מאטערסדארף.
היינט קען פארן קיין צעלעם אויפן בורגנלאנד-באן פון שאפראן.
היסטאריע
רעדאַקטירןמענטשן האבן געוואוינט אין צעלעם שוין אין 1340.
זייט 1671, האט צעלעם געהערט צו שבע קהילות. די קהילה האט געהאט א באקאנטע ישיבה פון 90 בחורים. אין 1857 האט די געמיינדע געציילט 1230 מענטשן (38% פון דער באפעלקערונג פונעם שטעטל), אבער אין 1880 איז די צאל יידן אראפ ביז 476.
אין 1671 האט מען ערלויבט יידן צוריקקומען קיין צעלעם. די יידישע געמיינדע האט געהאט פולע אויטאנאמיע ביז 1867.
מענטשן פון צעלעם
רעדאַקטירןזעט אויך
רעדאַקטירןרעפערענצן
רעדאַקטירןוועבלינקען
רעדאַקטירן- "צעלעם", ביי "JewishGen" (אויף ענגליש)
- די פארניכטעטע יידישע געמיינדע צעלעם (ארכיווירט 25.07.2011 ביי דער Wayback Machine) (אויף ענגליש)