שבע קהילות
זיבן יידישע געמיינדעס אין בורגנלאנד
די שבע קהילות זענען געווען זיבן געמיינדעס אין בורגנלאנד (א טייל פון אונגארן ביז 1918, דערנאך אין עסטרייך).
די ערשטע יידן האבן זיך באזעצט אין בורגנאלד אינעם 16טן יארהונדערט, ווען זיי זענען פארטריבן געווארן פון שאפראן, און זיי האבן זיך געמערט אין די קומענדיגע יארן. אין 1670, האט לעאפאלד דער ערשטער פארטריבן די יידן פון ווין, און דער ערשטער פרינץ עסטערהאזי פון גאלאנטא האט זיי אויפגענומען אין בורגנלאנד.
די זיבן געמיינדעס זענען געווען אין אייזנשטאט, מאטערסדארף, קאבערסדארף, לאקנבאך, פרויענקירכן, קיטזע און צעלעם. צוזאמען זענען זיי געווען אומגעפער 3,000 חרדישע יידן. די קהילות האבן געהאט אויטאנאמיע.
רבי עקיבא אייגער איז געבוירן געווארן אין אייזנשטאט אין 1761.