פרשת תולדות

א סדרה אין ספר בראשית

תולדות איז די זעקסטע סדרה פון ספר בראשית פון תורה.

דער ערשטער פסוק פון די פרשה איז: "וְאֵלֶּה תּוֹלְדֹת יִצְחָק, בֶּן-אַבְרָהָם, אַבְרָהָם הוֹלִיד אֶת-יִצְחָק.".

עס איז דא צוויי אפטייטשונג אויף דעם ווארט "תולדות", די אנגענומענע טייטש פון די וועלט איז "קינדער", דאס מיינט דער פסוק דערציילט ווער זענען געווען די קינדער פון יצחק.

אבער עס זענען דא אנדערע תורה קאמענטעריעס, וואס טייטשן דאס ווארט "תולדות" אלס "לעבנס-געשיכטע", אדער "ביאגראפיע", דאס מיינט די תורה הייבט אן צו שילדערן די ביאגראפיע פון יצחק. וויבאלד ביי די ענדע פון די פריערדיגע פרשה ווערט געשילדערט די פטירה פון אברהם אבינו, זאגט יעצט די תורה, אז פון דא הייבט זיך אן די געשיכטע פון יצחק.

דאס זעלביגע ביי נח שטייט אויך "אֵלֶּה, תּוֹלְדֹת נֹחַ--נֹחַ אִישׁ צַדִּיק תָּמִים הָיָה, בְּדֹרֹתָיו, אֶת-הָאֱלֹהִים, הִתְהַלֶּךְ-נֹחַ" און אויך ביי יעקב שטייט, "אֵלֶּה תֹּלְדוֹת יַעֲקֹב, יוֹסֵף בֶּן-שְׁבַע-עֶשְׂרֵה שָׁנָה", מיינט דאס ביידע אז די תורה שילדערט די געשיכטע פון נח און יעקב.

און די דאזיגע פרשה ווערט געשילדערט די פאלגנדע געשיכטעס:

  • עס ברעכט אויס א הונגער אין ארץ ישראל, יצחק גייט קיין גרר. דארט גראבט ער גריב מיט וואסער. דער ארטיגער קעניג, אבימלך, פארבאט יעדן צו טשעפען יצחק. יצחק ווערט זייער רייך, די קנעכט פון אבימלך זענען איהם מקנא און קריגן זיך איבער ברינען גרובער.
  • יצחק ווערט אלט, און שיקט עשו צו ברענגן צו עסן און דערנאך אים בענטשן. רבקה שיקט יעקב דערפאלגרייך אויסכאפן די ברכות. עשו ווערט זייער אויפגעברויזט און שווערט צו טייטן יעקב. רבקה און יצחק שיקן יעקב אנטלויפן קיין חרן ווי ער זאל אויך דארט זוכן א שידוך.

וועבלינקען

רעדאַקטירן