עשו איז דער עלטסטער זון פון יצחק אבינו און רבקה. אין חומש בראשית כ"ה װערט דערציילט, אז רבקה האָט געבוירן אַ צווילינג עשו און יעקב, און אז עשו איז געווען "איש שדה יודע ציד", אַ פעלד מענטש, װאָס האָט זיך פאַרנומען מיט יאַכט, פאַנג, און יעקב איז געווען דער "איש תם יושב אהלים", װאָס איז געזעסן אין געצעלט. עשו איז געווען דער בכור, נאָר יעקב האָט ביי אים אָפּגעקויפט די בכורה פאַר אַ נזיד עדשים, געקעכטס פון לינזן.

עשו
געבורט 1753 לפנה״ס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1606 לפנה״ס (אלט 147 בערך)
מערת המכפלה, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אַמט נביא רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

אין חומש בראשית ווערט אויך דערציילט, װי יצחק, וועלכער איז שוין געווען בלינד, האָט געװאָלט בענטשן עשון, נאָר יעקב האָט זיך פאַרשטעלט פאַר עשו און באַקומען פון יצחק די ברכה. יעקב אויס מורא פאַר עשו איז אַנטלאָפן, ווען יעקב איז צוריקגעקומען איז אים עשו אַנטקײגנ־געגאַנגען, און יעקב האָט מורא געהאַט, אז עשו װעט אים און זיין פאמיליע אומברענגען. אָבער עשו האָט אים אויפגענומען ברידערלעך, זיך געקושט מיט אים, און דעמאָלט האָבן זיי זיך צעשיידט (בראשית קאַפּיטלעך כ"ה – ל"ג). עשו האָט זיך באַזעצט אין שעיר, אין לאַנד אדום. לויט אַ שפּעטערער מסורה (סוטה י"ג) איז עשו געהרגעט געװאָרן דורך חושים בן דן, און לויט אַן אַנדערער מסורה. דורך יהודה (ירושלמי גטין ה'.)

עשו פּונקט ווי אדום, איז געװאָרן דער סימבאָל פון יעדן ניט־ייד, און באַזונדערס פון רוים. אויף דעם פּסוק אין חומש "והידים ידי עשו" זאָגט די גמרא אין גטין נ"ד, אַז דאָס מיינט מען דעם רוימישן קייסער אדרינוס, וועלכער האָט פאַרניכטעט ארץ־ישראל.

זעט אויך רעדאַקטירן

קוואלן רעדאַקטירן