אין תנ"ך געפינען מיר עטלעכע מאָל דעם נאָמען אבימלך, װאָס דער טייטש איז "דער פאָטער פון קעניג" ("אבי־מלך"). אין אלע ערטער, וואו עס ווערט דערמאָנט דער דאָזיקער נאָמען האנדלט זיך עס וועגן פּערזאָנען, װאָס זענען געווען מלכים. צוויי מאָל ווערט דערמאָנט אין חומש בראשית – אבימלך, וועלכער איז געווען דער מלך פון גרר ביי די פּלשתים. אזוי ווערט דערציילט אין חומש בראשית כ' ווי אזוי אבימלך דער קעניג פון גרר האָט געװאָלט צונעמען שרה, די ווייב פון אברהם אבינו. דאָס צווייטע מאָל ווערט דאָס זעלבע דערציילט מיט אבימלך דעם מלך פון גרר און יצחק אבינו. עס ווערט דאָרט אויך דערציילט, אז צװישן יצחק אבינו און אבימלך איז געשלאָסן געװאָרן א כריתות ברית. עס זענען דאריבער פאראן טייל געלערנטע, װאָס מיינען, אז דער נאָמען "אבימלך" איז ביי די פּלשתים געווען ניט א פּריוואט־נאָמען, נאָר יעדער קעניג זייערער האָט אזוי געהייסן, פּונקט ווי אין מצרים האָט יעדער קעניג געהייסן פּרעה. די דאָזיקע געלערנטע בריינגען דערצו אלס באווייז דאָס, װאָס אין תהלים ל"ד געפינען מיר "לדוד בשנותו את טעמו לפני אבימלך" (מזמור תהלים, װאָס דוד האָט געזונגען ווען ער האָט זיך משוגע געמאַכט פאר אבימלך'ן), אין דער צייט, װאָס אין ספר שמואל א' קאפּיטל כ"א ווערט גאָר דערציילט, אז דוד האָט זיך געמאכט משוגע ווען ער איז געווען ביים קעניג פון די פּלשתים אכיש מלך גת. דערפון זאָל זיין געדרונגען, אז מיטן נאָמען אבימלך האָט מען אָנגערופן יעדן קעניג ביי די פּלשתים. עס איז צו באמערקן, אז אויף פארשידענע שריפט־טאָוולען, װאָס מען האָט געפונען אין אַמאָליקן לאנד אשור און אויך אויף די בארימטע טאָוולען־שריפטן, װאָס מען האָט געפונען אין טעל־אמארנא (העב'), געפינט מען אויך דעם נאָמען "אבי-מילכי".