פראנצויזישע רעוואלוציע

די פראנצויזישע רעוואלוציע (פראַנצויזיש: Révolution française) באצייכנט די היסטארישע צייט אפשניט צווישן ה'תקמ"ט (1789) און ה'תרנ"ט (1799) אין פראנקרייך, וואס איז דאן געווען די איבערקערעניש ווען די מאנארכיע רעגירונג איז אונטער געגאנגען, און די קאטוילישע קירכע איז פארמיידן געווארן. דורך דער רעוואלוציע האט זיך די פראנצויזישע געזעלשאפט אינגאנצן געענדערט. אין מאי 1789 האט מען אנולירט די אלטע רעגירונג און מען האט איינגעפירט א קאנסטיטוציענעלע מאנארכיע. דאס האט אויסגעהאלטן ביז סעפטעמבער 1792 ווען מען האט איינגעפירט די ערשטע פראנצויזישע רעפובליק, וואס האט געברענגט צו דער הינריכטונג פון לואי דער זעכצנטער אום יאנואר 1793 און א תקופה פון פאליטישן איבערקערניש. דאס האט זיך געצויגן ביז נאוועמבער 1799, ווען מען האט באשטימט נאפאלעאן באנאפארטע ווי ערשטער קאנסול.

דער געדאנק פון דער רעוואלוציע איז געווען צו בריינגען אויף דער וועלט דעמאקראטיע, ליבעראליזם, גלייכרעכטיגייט, פלארעליזם, אויטאריטעט צעטיילונג, סאציאלאגיע, אא"וו. די פרינציפן פון דער רעוואלוציע ווערן היינט גערעכנט די יסודות פון מאדערנער ליבעראלער דעמאקראטיע.[1]

די רעוואלוציע האט געמאכט א טיפן איינדרוק אויף דעם מהלך פון מאדערנער היסטאריע, און פון דעמאלסט אן האט אנגעהויבן אראפגיין די אבסאלוטע מאנארכיעס און אנשטאט זיי זענען אונטערגעוואקסן רעפובליקן און ליבעראלע דעמאקראטיעס.[2] היסטאריקער האלטן ברייט אז די רעוואלוציע איז געווען איינע פון די וויכטיקסטע געשעענישן אין דער מענטשלעכער היסטאריע.[3][4][5]

צווישן 1700 און 1789, האט זיך די פראנצויזישע באפעלקערונג געמערט פון 18 מיליאן צו 26 מיליאן, וואס האט געברענגט צו א גרויסע צאל פון די ארבעטסלאז, און אין דער זעלבער צייט איז עסן געווארן וואס טייערער צוליב יארן פון שוואכע גערעטענישן.[6]

ווערנט די 80ער יארן פונעם 18טן יארהונדערט, אונטער דער הערשאפט פון לואי דער זעכצנטער, איז די רעגירונג איינגעפאלן א דאנק דעם יאך פון אן אלגעמיינעם קריזיס וואס מען האט נישט געקענט פאררעכטן צוליב דער שטענטע-ארדנונג און דעם רעזשים פון פריווילעגיע. אין 1789 האט די קרוין נישט געקענט אפצאלן אירע חובות און אויך נישט אריינצופירן די נייטיגע רעפארמעס.

אין 1789 האט די קרוין נישט געהאט די מעגלעכקייט צו באצאלן אירע חובות און אויך נישט צו מאביליזירן גענוג פאליטישע קראפט איינצופירן די נייטיקע רעפארמעס, און זי האט געדארפט פארזאמלען גענעראל-שטענדע כדי צו דערגגרייכן די הסכמה פון אלע אירע בירגער צו העכערן די שטייערן, צום ערשטן מאל זייט 1614. אין יוני 1789 זענען די שטענדע געווארן פארוואנדלט אין א נאציאנאלער פארזאמלונג, וואס האט אוועקגעמאכט די פריערדיקע אינסטיטוציעס פון רעגירונג אין א סעריע ראדיקאלישע ענדערונגען, וואס האבן איינגעשלאסן אבאליציע פון פיודאליזם, האלטן די קאטוילישע קירכע אונטער דער פירערשאפט פון דעם שטאַט און פארברייטערן די רעכט צו וויילן.

דאס האט אלץ צוגעברענגט אפשוואכן די אבסאלוטע רעגירונג און האט געעפנט דעם וועג איינצופירן נייע מאדעלן, אונטער דעם איינפלוס פון אידעען פון דער אויפקלערונג וואס זענען געווען פארשפרייט ביי די אינטעליגעציע. ווען די גענעראל-שטענדע האט געעפנט האבן די פשוטע מענטשן, די "דריטע שטענדע" אויסגערופן אז זיי פאדערן ציווילע גלייכרעכטן, און זיי האבן אויפגעשטעלט די נאציאנאלע פארזאמלונג. די רעגירונג האט פראבירט זיי אונטערדריקן, אבער אום 14טן יולי 1789 זענען די מאסן ארויס אויף די גאסן און זיי האבן איינגענומען די באסטיל, און גלייכצייטיג האט דיסציפלין אין דער מיליטער זיך אפגעשוואכט. דער קעניג האט נאכגעגעבן און האט מסכים געווען צו ארבעטן מיט זיי צוזאמען. אויך האט אויסגעבראכן א כוואליע פון פויערן־ראיאטן אין די דערפישע געגנטן. אום 6טן אויגוסט האט מען באשטעטיגט די מעלדונג פון גלייכרעכטן פון דעם מענטש און דעם בירגער, און די פארזאמלונג האט אנגעהויבן איינארדענען ברייטע רעפארעמס מיט א האפענונג אויפצושטעלן א קאנסטיטוציאנעלע רעגירונג.

דער פרואוו צו שאפן א ברייטן אפמאך, וואס איז געפירט געווארן דורך אזעלכע פֿיגורן ווי דער מאַרקיז דע לאַ פֿאַיעט און אנארע מיראבוי, איז דורכגעפאלן. די דיספאריטעטן צווישן די שיכטעס און פראקציעס אין דער גענעראל־שטענדע זענען געווארן וואס גרעסער נאך ווען מען האט נאכגעגעבן די פריערדיקע פאדערונגען.

סיבות פאר דער רעוואלוציע

רעדאַקטירן

היסטאריקערס זענען שטארק מחולק וועגן די גענויע אורזאכן פון דער רעוואלוציע. אבער רוב זענען מסכים אז צווישן די סיבות פאר דער רעוואלוציע זענען:

  • לואי דער פופצעטער האט געפירט אסאך מלחמות, למשל קעגן פרייסן און דער בריטישער אימפעריע אין דער זיבן יעריגער קריג, ביז פראנקרייך איז געווען קרוב צו מחולה. דערנאך האט לואי דער זעכצנטער געשטיצט די אמעריקאנער קאלאניסטן וואס האט נאך מער פארערגערט דאס פינאנציעלע מצב פון דער רעגירונג. זיי האבן געבארגט געלט ביז דער נאציאנאלער חוב איז געווען כמעט צוויי מיליאן ליוורעס.
  • א שוואכע עקאנאמישע לאגע, פארערגערט דורך אומיושרדיגער באשטייערונג.
  • די קאטוילישע קירכע, וואס איז געווען דער גרעסטער ערד פארמאגער אינעם לאנד, האט גענומען א הארבן שטייער (״מעשר״) פון דער תבואה, וואס איז געליגן אויף די ארעמסטע און הונגריגסטע מענטשן.
  • די אדעלן האבן ווייטער געהאלטן א גרויסן פארניץ, בפרט דער הויף פון לואי דער זעכצנטער מיט מארי אנטוואנעט אין ווערסיי, טראץ דער ארימקייט פון דער באפעלקערונג.
  • הויכע ארבעטסלאזיקײט און פרייז פון ברויט, ווי אויך נידעריגע שכירות פון די ארבעטער־קלאס, דעריבער האט מען געדארפט ארויסגעבן רוב פון דער הכנסה אויף עסן; אויך דער מאנגל פון ברויט האט געברענגט צו נישט-דערנערונג. די ארבעטער האבן פֿיינט געהאט די רייכע אדעלן, וואס האבן ווייטער געגעסן גוט און געבויט גרויסע פאלאצן.
  • די אויפקלערונג: מענטשן האבן באמערקט אז אין אנדערע לענדער, ספעציעל די נייע פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע, האבן פשוטע מענטשן געהאט א דעה, נישט נאר די רעגירונג. אויך האבן טייל געוואלט פרייהייט פון רעליגיע.

די ׳גענעראל-שטענדע׳

רעדאַקטירן

פֿאר דער רעוואלוציע איז פראנקרייך געווען צעטיילט אין דריי שטענדעס. די ערשטע שטענדע איז געווען די גלחים (די קירכע), וואס זענען געווען 1% פון דער גארער באפעלקערונג פון לאנד. די צווייטע שטענדע זענען געווען די אדעלן, וואס האבן אויך געמאנט 1% פון דער באפעלקערונג. די אנדערע קרוב צו 98% פון דער באפעלקערונג האבן געהערט צו דער דריטער שטענדע. פֿארטרעטער פון אלע מענטשן אין די דריי שטענדעס צוזאמען פֿלעגן צוזאמען קומען אין דער גענעראל-שטענדע.

 
דער פאלאץ פון ווערסיי: דא האט מען געהאלטן די זיצונג פון דער גענעראל־שטענדע אין 1789

אין מיי 1789, האט דער קעניג לואי גערופן די גענערעל־שטענדע צו באהאנדלען די געלט פראבלעמען פונעם לאנד. די זיצונג איז פארגעקומען אינעם פאלאץ פון ווערסיי. די מיטגלידער פון דער דריטער שטענדע אבער זענען געווען בייז. זיי האבן צוזאמגעשטעלט א רשימה פון די פראבלעמען וואס מען דארף לייזן, גערופן די Cahiers de Doléance. די מיטגלידער פון דער דריטער שטענדע (די פשוטע מענטשן) זענען געווען בייז וואס מען נעמט פון זיי די גרעסטע שטייערן ווען זיי דווקא זענען די ארימסטע מענטשן אין לאנד. צוזאמען מיטן אלגעמיינעם דירעקטאר פון פינאנצן, זשאק נעקער, האבן זיי געהאלטן אז די קירכע און די אדעלן זאלן זיך צושטעלן מער.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. Livesey 2001, p. 19.
  2. Livesey, James. Making Democracy in the French Revolution p. 19 "The Revolution created and elaborated...the ideal of democracy, which forms the creative tension with the notion of sovereignty that informs the functioning of modern democratic liberal states. This was the truly original contribution of the Revolution to modern political culture."
  3. Frey, Linda S., and Marsha L. Frey. 2004. "Foreword." In The French Revolution.
  4. Fehér, Ferenc. 1990. The French Revolution and the Birth of Modernity. pp. 117–30.
  5. Palmer, Robert R., and Joel Colton. [1950] 1978. A History of the Modern World (5th ed.).
  6. Fursenko, McArthur 1976, p. 484.