פערדינאנד מאגעלאן

פֿערדינאַנד מאַגעלאַן (פארטוגעזיש: Fernão de Magalhães, [fɨɾˈnɐ̃w ðɨ mɐɣɐˈʎɐ̃jʃ]; שפּאַניש: Fernando de Magallanes, [ferˈnando ðe maɣaˈʎanes]; בערך 148027סטן אפריל 1521) איז געווען א פארטוגעזישער אויספארשער. ער איז געבוירן געווארן אין סאבראסא, אין צפון פארטוגאל, און האט געזוכט א מערבדיקע רוטע צו די "געווירץ אינזלען" (היינט די מאלוקו אינזלען אין אינדאנעזיע).

פערדינאנד מאגעלאן
Fernão de Magalhães
Retrato de Hernando de Magallanes.jpg
געבורט 1480
Q45670 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
דערמארדעט 27 אפריל 1521 (אלט 41 בערך)
פֿיליפּינען רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט Magellan Signature.svg רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער OOjs UI icon info big.svg

מאגעלאנס עקספעדיציע פון 1519–1522 איז געווען די ערשטע עקספעדיציע צו זעגלען פונעם אטלאנטישן אקעאן אריין אין פאציפישן אקעאן (זיי זענען אדורכגעפארן דעם מאגעלאן דורכגאס), און די ערשטע אריבערצופארן דעם פאציפיק.

יונגע יארןרעדאַקטירן

מאגעלאן איז געבוירן אין (פרילינג) 1480 מיטן נאמען פֿערנאַא דע מאַגאַליַאֵש (פארטוגעזיש: Fernão de Magalhães), צו זיין פאטער ראדריגא דע מאגאליאש און זיין מוטער אלדא דע מעסקיטא, אין א קליין שטעטל אין צפון פארטוגאל וואו זיין פאטער איז געווען דער בירגערמייסטער. ווען ער איז געווען אלט 10 יאר זענען זיינע עלטערן געשטארבן, און צוויי יאר שפעטער איז ער געגאנגען דינען אין דעם מלוכישן הויף. דארט האט ער געענדיקט זיין בילדונג; ער האט זיך שטארק אינטרעסירט אין געאגראפיע און אסטראנאמיע, און ער האט באקומען טרענירונג ווי א קעמפער און א מאטראס.