וויאלע
(אַריבערגעפֿירט פון װיאלע)
א וויאלע איז א מוזיקאלישער אינסטרומענט ענלעך צום פידל און צום טשעלא. די וויאלע האט א קלאנג נידעריגער פונעם פידל אבער העכער פונעם טשעלא. די וויאלע האט פיר סטרונעס וואס ווערן גערופן די C, G, D און A סטרונעס; די העכסטע סטרונע איז די A. מען שפילט די וויאלע מיט א סמיטשיק.
דער וואס שפילט א וויאלע רופט מען אים א וויאליסט. א וויאלע טרעפט מען מערסטנס אין א סטרונע קווארטעט.