פארסאנס גרין אונטערגרונט סטאנציע
לאנדאנער אונטערגרונט סטאַנציע
פאַרסאנס גרין (ענגליש: Parsons Green) איז א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע אויפן ווימבלדאן צווייג פון דער דיסטריקט ליניע. די סטאנציע געפינט זיך אין פארסאנס גרין, מערב לאנדאן, אין טראוולקארט זאנע 2. .
פאַרסאנס גרין | |
---|---|
דרום־מערב אריינגאנג צו דער סטאנציע | |
לאקאציע פון פאַרסאנס גרין אין גרויסלאנדאן | |
לאקאלער סטאנציע נאמען: | Parsons Green |
יאר געעפנט: | 1880 |
לאקאציע: | פאַרסאנס גרין |
בארא: | לאנדאנער בארא פון האמערסמיט און פולהאם |
פארוואלטער: | לאנדאנער אונטערגרונט |
ליניעס אדורך דער סטאנציע: | דיסטריקט ליניע |
צאל פעראנען: | 2 |
טראוולקארטע זאנע: | זאנע 2 |
צאל פאסאזשירן אין יאר: | 6.80 מיליאן 2014 |
היסטאריע
רעדאַקטירןדי סטאנציע האט געעפנט דעם 1טן מערץ 1880 ווען די דיסטריקט באן (היינט די דיסטריקט ליניע) האט פארלענגערט איר ליניע דרום פון וועסט בראמפטאן קיין פאטני ברידזש.
דינסטן
רעדאַקטירןדי נארמאלע דינסט א גאנצן טאג (חוץ די שפיץ שעה׳ן) איז:
- 12 באנען א שעה קיין ווימבלדאן
- 6 באנען א שעה קיין עדזשווער ראד
- 3 באנען א שעה קיין בארקינג
- 3 באנען א שעה קיין טאער היל
רעפערענצן
רעדאַקטירןוועבלינקען
רעדאַקטירןוויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
פארסאנס גרין אונטערגרונט סטאנציע
פריערדיקע סטאנציע | לאנדאנער אונטערגרונט | פאלגנדע סטאנציע | ||
---|---|---|---|---|
קיין אפמינסטער אדער עדזשווער ראד | דיסטריקט ליניע | קיין ווימבלדאן |