באַקינגהאַמשיר (גראפנשאפט)
Buckinghamshire
פלאציר פון באַקינגהאַמשיר אין ענגלאנד
מדינה / טעריטאָריע פאראייניגטע קעניגרייך
ענגלאַנד
גראַפֿנשאַפֿט-שטאָט איילזבורי
ראַיאָן דרום-מזרח
שטח 1,873.58 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין גראפנשאפט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

808,666‏  (שטייענדיג 2019)
432 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC
www.Buckinghamshire.gov.uk

באַקינגהאַמשיר (ענגליש: Buckinghamshire) איז א גראפנשאפט אין ענגלאנד, וואס גרענעצט די צערעמאניע־גראפנשאפטן בעדפארדשיר צו צפון־מזרח, נארטהאמפטאנרשיר צו צפון, אקספארדשיר צו מערב, בארקשיר צו דרום, גרויסלאנדאן צו דרום־מערב און הארטפארדשיר צו מזרח. באקינגהאמשיר באדעקט א שטח פון 1,874 קוואדראט ק"מ. די גראפנשאפט־שטאט איז איילסבורי. די הויפט טייכן אין באקינגהאמשיר זענען דער טעמז און דער גרויסער אוז.

אין באקינגהאמשיר געפינט זיך בלעטשלי פארק, וואו די בריטישע האבן געארבעט ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה צו דעקאדירן דייטשע מיליטערישע מעלדונגען און וואו מען האט אויפגעשטעלט קאלאסוס, דער ערשטער פראגראמירבארער עלעקטראנישער קאמפיוטער אין דער וועלט.


וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: באקינגהאמשיר