פאטני ברידזש אונטערגרונט סטאנציע
פאַטני ברידזש (ענגליש: Putney Bridge) איז א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע אויפן ווימבלדאן צווייג פון דער דיסטריקט ליניע. די סטאנציע געפינט זיך אין דרום פולהאם, מערב לאנדאן, נישט ווייט פונעם צפון עק פונעם בריק ״פאטני ברידזש״. די סטאנציע איז אין טראוולקארט זאנע 2. .
פאַטני ברידזש | |
---|---|
אריינגאנג צו דער סטאנציע | |
לאקאציע פון פאַטני ברידזש אין גרויסלאנדאן | |
לאקאלער סטאנציע נאמען: | Putney Bridge |
יאר געעפנט: | 1880 |
לאקאציע: | פֿולהאם |
בארא: | לאנדאנער בארא פון האמערסמיט און פולהאם |
פארוואלטער: | לאנדאנער אונטערגרונט |
ליניעס אדורך דער סטאנציע: | דיסטריקט ליניע |
צאל פעראנען: | 2 |
טראוולקארטע זאנע: | זאנע 2 |
צאל פאסאזשירן אין יאר: | 5.93 מיליאן 2014 |
היסטאריע
רעדאַקטירןדי סטאנציע האט געעפנט דעם 1טן מערץ 1880 מיטן נאמען פאטני ברידזש און פֿולהאם ווען די דיסטריקט באן (היינט די דיסטריקט ליניע) האט פארלענגערט איר ליניע דרום פון וועסט בראמפטאן}. די סטאנציע איז געווען די סוף־סטאנציע פונעם צווייג ביז 1889, ווען די דיסטריקט באן האט געבויט פֿולהאם באן בריק איבערן טעמז און האט פארלענגערט די ליניע.
דעם 1טן יאנואר 1902 האט מען געטוישט דעם נאמען פון דער סטאנציע צו פאטני ברידזש און הערלינגהאם. דער היינטיקער נאמען שטאמט פון 1932.
דינסטן
רעדאַקטירןדי נארמאלע דינסט א גאנצן טאג (חוץ די שפיץ שעה׳ן) איז:
- 12 באנען א שעה קיין ווימבלדאן
- 6 באנען א שעה קיין עדזשווער ראד
- 3 באנען א שעה קיין בארקינג
- 3 באנען א שעה קיין טאער היל
די דינסט אין די שפיץ שעה׳ן מאנטיג-פרייטיג איז:
- 12 באנען א שעה קיין ווימבלדאן
- 6 באנען א שעה קיין עדזשווער ראד
- 6 באנען א שעה קיין אפמינסטער
רעפערענצן
רעדאַקטירןוועבלינקען
רעדאַקטירןפריערדיקע סטאנציע | לאנדאנער אונטערגרונט | פאלגנדע סטאנציע | ||
---|---|---|---|---|
קיין אפמינסטער אדער עדזשווער ראד | דיסטריקט ליניע | קיין ווימבלדאן |