דער צענטראל־פראצעסאר (ענגליש: CPU - Central Processing Unit) איז א הארטווארג באשטאנדטייל אין א קאמפיוטער וואס פירט אויס די אנווייזונגען פון פראגראמען וואס זענען געשפייכלערט אין דעם זיכרון פונעם קאמפיוטער. מאדערנע מיקרא־פראצעסארן ווערן געבויט אויף אן איינצלנעם שפענדל.

דער פראצעסאר פענטיום 4

לויטן פאן נוימאן ארכיטעקטור, די אנווייזונגען וואס דער פראצעסאר באקומט דערמעגלעכן דעם פראצעסאר צו לייענען דאטן פונעם זיכרון , אויספירן אריטמעטישע, לאגישע און איינגאב/אויסגאב אפעראציעס אויף די דאטן.

אן אינטעגרירטער שטראמקרייז קען האבן עטלעכע צענטראל־פראצעסארן אויף איין שפענדל.

צוויי וויכטיקע קאמפאנענטן פון א צענטראל־פראצעסאר זענען די אריטמעטיש-לאגישע איינהייט (ALU), וואס פירט אויס די אריטמעטישע און לאגישע אפעראציעס, און די קאנטראל איינהייט, וואס ברענגט די אנווייזוגען פונעם זיכרון און פירט זיי דורך.