וואונדער וואָמאַן (ענגליש: Wonder Woman; ווערטלעך: "וואונדער פרוי") איז א סופערהעלדין וואס באווייזט זיך אין קאמיקס ביכער פובליצירט דורך DC קאמיקס. זי איז איינע פון די ערשטע פרויען סופערהעלדינס אין אמעריקאנישע קאמיקס און די מערסט בארימטע און איקאנישע פרוי סופערהעלדין אין די וועלט. וויליאַם מאָלטאָן מאַרסטאָן, א פסיכאלאג וואס האט געמיינט אז פרויען קענען זיין שטארק און קרעפֿטיק ווי מענער, האט געשאַפֿן וואונדער וואָמאַן מיט א טייל אינספיראציע פון זיין ווייב עליזאַבעט האָלאָוויי-מאַרסטאָן. וואונדער וואָמאַן האט ערשטנס אויפֿגעטראָטן אין "אָל-סטאַר קאמיקס #8", וואס איז פובליצירט געווארן אין דעצעמבער 1941. איר ערשטע סאלא קאמיקס בוך האט ערשטנס דערשיינט אין זומער 1942, מיט די פובליקאציע פון "וואונדער וואָמאַן #1".

א קאסטיום פון וואונדער וואָמאַן

געשיכטערעדאַקטירן

אין דעם קאמיקס בוך איז דער אמתער נאמען פון וואונדער וואָמאַן דיאַנע פּרינס (Diana Prince), און זי איז די טאכטער פון קעניגין היפּאָליטע. היפּאָליטע איז די הערשערין פון די אַמאַזאָנס, א ראַסע פון פּאַציפֿיסטישע פרויען פון אן אינזל מיטן נאמען טעמיסקירע (Themyscira, וואס ווערט אויך גערופן "פּאַראַדיס אינזל"). שנעל נאָך אַז סטיוו טרעוואָר, אן אמעריקאנער לופֿטפֿלאָט פּילאָט, קראכט אויף פּאַראַדיס אינזל אין דער צווייטער וועלט-מלחמה, דיאַנע און די אַמאַזאָנס היילן אים און העלפֿן אים קומען צו זיך. דיאַנע באשטימט צו ברענגען אים צוריק אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן; ווען זיי גרייכן דא ווערט זי די סופערהעלדין וואס הייסט וואונדער וואָמאַן. אירע מערסט באקאנטע מעגלעכקייטן זענען איבערמענטשלעכע שטארקייט, גיך און ריפֿלעקסן, און די מעגלעכקייט צו פֿליען. אויך האט זי א מאגישער לאַסאָ וואס צווינגט די וואס ער כאַפּט צו זאגן דעם אמת, און אומברעכיקע בראַסלעטן וואס קענען שטויסן מעטאלכלעך.

שונאיםרעדאַקטירן

צווישן אירע שונאים, די מערסט באקאנטע זענען:

  • איירעס - דער גריכישער גאט פון מלחמה, וועלכער זיינע ענערגיע און כמעט אומבאגרענעצטע כוחות ארבעטן מיט מלחמות און שנאה צווישן מענטשן.
  • צירקע - אן אוראלטע מכשפה וואס קען פֿאַרוואַנדלען מענטשן אין בעלי חיים.
  • די טשיטאַ - א בריטישע אַרכעאלאגין וואס האט אן אוראלטן מיסטישן ארטיקל וואס פֿאַרוואַנדלט זי אין א טשיטאַ-ענלעכע ווערפרוי מיט געוואלדיקע גיך, ריפֿלעקסן און שטארקייט, און א תאווה פאר בלוט.
  • זילבערע שוואן - א פֿליענדיקע נבלה וואס איר הויפט מעגלעכקייט איז א זייער צעשטערישע אולטראַסאנישע שריי.
  • ד"ר פסיכא - א שטארקער פסיכאקינעטישער מאן מיט א טיפֿע שנאה קעגן פרויען.
  • דעוואַסטיישן - א שטארקע נבלה מיט כוחות וואס מימיקירן די פון וואונדער וואָמאַן; זי איז געשאַפֿן געווארן דורך די קינדער פון קראָנאָס אומצוברענגען וואונדער וואָמאַן און באַהערשן דעם אָלימפּאָס.

וועבלינקעןרעדאַקטירן

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: וואונדער וואמאן