סאלאמאן אינזלען

אינזל־לאנד אין אקעאניע
(אַריבערגעפֿירט פון סאלאמאן אינדזלען)

די סאלאמאן אינדזלען (ענגליש: "Solomon Islands") איז א סואווערענער שטאט אין אקעאניע וואס באשטייט פון בערך 990 אינדזלען, מזרח פון פאפוע ניי גינע און צפון־מערב פון וואנואטו.

סאלאמאן אינדזלען
Solomon Islands
פאן
פאן
סימבאָל
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון
אָרט פֿון
קאָנטינענט
אָפֿיציעלע שפּראַך ענגליש
הויפּטשטאָט האניארע 9°28′S 159°49′E / 9.467°S 159.817°E / -9.467; 159.817
רעגירונג פארלאמענטארע דעמאקראטיע
מאנארך
פּרעמיער מיניסטער
עליזאבעט די צווייטע
מנשה סאגאווארע
אומאפהענגיקייט
- פונעם פאראייניגטן קעניגרייך

7טן יולי 1978
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
28,400 קוואַדראַט ק"מ
142סטער
3.2
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

523,000
2009
18.1 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $1.514 ביליאן (193סט)
וואַלוטע SBD סאלאמאן אינדזלען דאלאר
צײַט זאָנע +11
אינטערנעט דאָמען sb.
טעלעפֿאָן קאָד 677+

דאס לאנד באדעקט א שטח פון יבשה גרויס 28,400 קוואדראט ק"מ. די הויפטשטאט פונעם ארכיפעלאג איז האניארע.

היסטאריע

רעדאַקטירן

די אינדזלען זענען שוין באזעצט פאר טויזנטער יארן. אין 1568 איז א שפאנישער אויספארשער געווען דער ערשטער אייראפעער צו באזוכן דארט און ער האט דאס א נאמען געגעבן שלמה'ס אינדזלען. אין 1893 האט די פאראייניגטע קעניגרייך געהערשט דארט.

דורכאויס דעם צווייטן וועלט קריג האבן זיך די פאראייניגטע שטאטן און יאפאן געקריגט דערויף. אין 1976 האט זיך דארט געגרינדעט אן אייגענע רעגירונג און צוויי יאר שפעטער האבן זיי באקומען פולע זעלבסטשטענדיגקייט.

דעמאגראפיע

רעדאַקטירן

אין 2006 איז די באפעלקערונג דארט געווען ביי 552,438.

ענגליש איז די אפיציעלע שפראך, אבער בלויז ארום צוויי פראצענט פון דער באפעלקערונג קען דאס רעדן פליסיג.

74 שפראכן זענען נאטירט געווארן צו ווערן גערעדט אין די אינדזלען, פון וואס כאטש פיער זענען שוין גענצליך אונטערגעגאנגען.

זינט די טעלעוויזיע סיגנאלן דערגרייכן נישט איבעראל, איז די הויפט נייעס און אינפארמאציע מיטל דורך ראדיא. עס איז אויך פארהאן דארט איין טעגליכע צייטונג און א אנליין צייטונג סאלאמאן טיימס. אויסער דעם עקזיסטירן צוויי טעגליכע און צוויי מאנאטליכע צייטונגען.

עקאנאמיע

רעדאַקטירן

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: סאלאמאן אינזלען