אויבערשאפט
(אַריבערגעפֿירט פון סאוויריאנטעט)
אויבערשאפט (סאוועראניטעט) אין פאליטיק איז א מדינה וואס האט צום ווייניקסטנס איינע פון די פאלגנדיקע כאראקטערס:
- די מדינה מוז האבן הערשאפט אויף אן אייגענער טעריטאריע איבער דעם ים, איבער טריקעניש און אפילו איבער לופט. די טעריטאריע מוז נישט זיין נאכאנאנדיק. למשל שטאט אלאסקא אין אמעריקע איז אפגעטיילט פון אמעריקע דורך קאנאדע, און כאטש דעם, אלאסקא געהערט אויך צו אמעריקע.
- די מדינה מוז זיין באפעלקערט מיט אייגענע בירגער אדער פרעמדע מענטשן וואס זיינען ערלויבט זיך געפינען אין דער מדינה.
- די מדינה האט אינסטיטוציעס (די רעגירונג) וואס הערשט איבער דער טעריטאריום און די באפעלקערונג.
- די מדינה איז זעלבסטהערשאפטיק. ד.ה. זי איז נישט פארשקלאפט אונטער אנדערע מדינות. אין געוויסע מדינות איז דאס רעלאטיוו, אמעריקע איז צ.ב.ש. אינגאנצן זעלבסטהערשאפטיק.