נאסרין קאדרי

(אַריבערגעפֿירט פון נסרין קדרי)


נאֵסרין קאֵדרי ( אַראַביש: نسرين قادري ; העברעיִש: נסרין קדרי; געבוירן דעם 2טן סעפּטעמבער 1986) איז אן אראביש-ישראלישע זינגערין פון טראדיציאנעלער און פּאָפּ מיטל מזרח און מזרחי מוזיק. קאדרי, א געוועזענע מוסולמענערין וואס האט זיך מגייר געווען צו אידישקייט, זינגט מערסטנס אויף עברית,[1] אבער זי זינגט אויך אראבישע לידער, צווישן זיי די לידער פון אום קולתום.

נאסרין קאדרי
نسرين قادري
געבורט 2 סעפטעמבער 1986 (אלט 38)
לוד, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

נאסרין קאדרי איז געבוירן געוואָרן אין חיפה, ישראל, צו מוסולמענער אַראַביש-ישראלישע עלטערן. איר פאטער איז געווען אַ טאַקסי דרייווער און איר מוטער איז געווען אַ שוועסטער. זי איז אויפגעוואקסן אין לוד. פאר א יאָרצענדלינג איז קאדרי געווען אין אַ באַציִאונג מיטן ייִדיש-ישראלישן מוזיקער אביעזר בן מוחה. זי האָט אָנגעהויבן אַ פאָרמאַלן גיור־פּראָצעס צו יידישקייט. אין יולי 2017, איז די זוג געווארן פאַרקנאַסט.[2] אין סעפטעמבער 2017, זענען זיי געווארן אויס חתן־כלה און האבן אפּגערופן די חתונה.

זי האָט געענדיקט איר גיור צו ייִדישקייט אין 2018 און האט גענומען דעם יידישן נאָמען "ברכה".[3] לויט נייעס באריכטן, איז איר גיור נישט אנערקענט דורך דעם הויפט רבנות אדער דעם ישראל אינערן מיניסטעריום, ווייל עס איז דורכגעפירט געווארן דורך א רב אומאפהענגיק פון די אויטאריטעטן.[4]

געזאַנג קאַריערע

רעדאַקטירן

אין 2011, נאָך יאָרן אויפטרעטן אין קליינע קלובן און באַרן, האָט זי געווינען די טעלעוויזיע שטערן פּראָגראַם אייל גולן רופט דיר.

איר דעבוט אלבאם איז ארויס אין 2014. [5]

אין 2017, איז זי פאַרבעטן געוואָרן דורך דער ישׂראלדיקער קולטור־מיניסטארין, מירי רגב, אויפצוטרעטן בײַם סולטאַן בעקן אין ירושלים אין אַ צערעמאָניע, כּדי אָפּצומערקן יום הזכרון, דער ישׂראלדיקער אָנדענק־טאָג.[6] אין יולי 2017, האָט זי געטיילט די בינע מיט Radiohead ווען די באַנדע האט פארטרעטן אין ישראל.[7]

דיסקאָגראַפיע

רעדאַקטירן

אַלבאמען

רעדאַקטירן
  • 2014:  נסרין קדרי
  • 2016:  בנאדיק
  • 2018:  לומדת ללכת
  • 2023: חולמת
  • 2012: אל תלך
  • 2017: באתי להחזיר לך
אויך אין
  • "Sawah" (Offer Nissim Remix)

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. ציטירן גרײַז: אומגילטיגער <ref> טאַג; קיין טעקסט נישט געשריבן פֿאַר רעפֿערענצן מיטן נאָמען Thorpe
  2. ציטירן גרײַז: אומגילטיגער <ref> טאַג; קיין טעקסט נישט געשריבן פֿאַר רעפֿערענצן מיטן נאָמען engaged
  3. Although, her official name has not been changed.
  4. Israeli-Arab singer’s conversion to Judaism rejected by Rabbinate, on Times of Israel website, September 4, 2018
  5. "Israeli Arab winner of televised singing contest is more than a symbol", Haaretz (October 14, 2014). 
  6. Meet the Arab singer performing for Israeli Memorial Day/
  7. Why Radiohead should perform in Israel