דער חיד"א איז אסאך געפארן זאמלען געלד פאר ארימעלייט און תלמידי חכמים פון ארץ ישראל.

אט איז א באשרייבונג פון אלע זיינע נסיעות.


זיין ערשטע נסיעה קיין אייראפע און קיין אזיע

רעדאַקטירן

דער חיד"א איז באקאנט ביי כלל ישראל אויף אלע חלקים וואס כלל ישראל האט, אויף היסטאריע, הלכה אגדה, מוסר דרך ארץ, אבער דאס מערסטע איז ער באקאנט אלץ שד"ר אלס שליח פון די ארץ ישראל יודן צו חוץ לארץ שאפן געלד, דער חיד"א איז נישט דער ערשטער שליח, עס זענען פאר אים געווען אנדערע, צום מערסטע באקאנט איז דער מהר"ם חגיז ר' משה חאגיז וואס האט אסאך געטוען דערין און געשריבן א ספר דערפון שפת אמת, אבער רוב שלוחים האבן נישט געהאט אזא סארט הצלחה ווי דער חיד"א. בדרך כלל האבן רוב אידן אין חוץ לארץ זייער מחשיב געווען די ארץ ישראל אידן, אבער אסאך שילוחים זענען געווען נישט ראוי פאר זייער פאזיציע, א שליח האט געמוזט סימבאליזירן דער ריכטיגער "ארץ ישראל" איד, א זיסער געשמאקער איד, א תלמיד חכם גדול, א ירא השם וואס האט נישט אין זיין וועלטער נאר פיהר איילן פון הלכה און לערנען.

עס ווערט גערעכנט פארשידענע חסרונות פון שלוחים פון ארץ ישראל.

מיט דער צייט ווען דער ישוב האט זיך פארגרעסערט האט זיך אויך פארלאנעג מער געלד, און די שלוחים האבן דאס נישט געבעטן מיט שכל און דעת, אויך זענען אסאך פון זיי געווען עמי הארץ וואס האבן נישט געקענט גיט לערנען, מען דארף וויסן, דאס גיין בעטען געלד פאר ארץ ישראל אידן, האבן די אידן אין חוץ לארץ געטוהן מיט גרויס פרייליכקייט און איבערגעגעבנקייט, ווייל וויסענדיג אז דער ארץ ישראל איד לערנט די תורה א גאנצן טאג, און איז קלוג און פארשטאנדיג אויף די געזעצען פון די תורה, האט דער איד אין חוץ לארץ מסכים געווען אוועק געבען זיי מיר און האראוואניע פארן תלמיד חכם, אויב אבער מען שיקט א שליח וואס איז נישט גוט, באקומט מען דעם רושם אין חוץ לארץ, אז די ארץ ישראל אידן זענען גארנישט אזעלכע תלמידי חכמים, מיר קענען פונקט אזוי און אפשר נאך בעסער, טא פארוואס זאל איך זיין געבן געלד, ספעציעל זענען געווען שילוחים וואס האבן זיך נישט אויפגעפירט ווי עס פאסט, אויך האבן זיי געבעטען גרויסע סכומים, און ווען יענער האט נישט געוואלט געבן זענען זיי געווארן אין כעס, דאס אלעס האט געמאכט א חילול השם פאר די ארץ ישראל אידן ווי דער חיד"א רעדט זיך זייער אפ אויף די פריערדיגע שילוחים (זעה אין ספר שפת אמת די"ט ע"א, ושם ד"ט במכתב מהר"ם חגיז, ומעגל טוב עמוד 63).

דער חיד"א איז געקומען אלס שד"ר, ער איז געווען פונקט דאס פארקערטע פון די ערשטע שלוחים, ער איז געווען דער ריזן תלמיד חכם און גאון, דער גרויסער קענער און אלץ ווייסער, ווער עס האט זיך באקענט מיט אים איז ארויס פון התפעלות, אלע חלקי התורה איז געווען אפען פאר אים, זיין קדושה זיין טהרה, זיינע מדות איז געווען העכער דעם מענטשליכן באגריף ספעציעל איז ער געווען אין די מדה פון ענוה פון זיך קליין האלטען.

דער חיד"א האט מיט גרויס חכמה צוריקגעברענגט שטאלץ כבוד און עהרע פון די תלמידי חכמים פון ארץ ישראל, ער האט זייער אפבאכט געגעבן צו דערהייבן דעם כבוד פון ארץ ישראל איבעראל, ער האט געוויזן סיי פון ספרים סיי פאקטיש אז די חכמה פון ארץ ישראל איז גרויס, א ראיה דערצו קענט איהר זעהן פון דעם חיד"א זעלבסט, מיט זיין אויסטערלישן געשטאלט און זיין גרויס גאונות און חכמה האט ער געברעגנט כבוד און שטאלץ פאר ארץ ישראל. ווען איינער האט אים געלאדעענט און האט דער חיד"א האט מורא געהאט אז עס וועט נישט גוט אויסקומען פאר זיין געלד גיין שרייבט ער "דאס פאסט נישט פאר א שלוח פון ארץ ישראל (מעגל טוב) ווען דער גאון פני יהושע האט אים מכבד געווען און געהייסן אים געבן געלד שרייבט ער: לתת לי מדרו לפי כבוד ארץ ישראל (מעגל טוב עמוד 23). ווען אים אמסטערדאם האט מען אים ספעציעל מכבד געוווען שרייבט ער "דאס איז אלעס לכבוד ארץ ישראל (מעגל טוב 134). דער חיד"א נעמט אייביג אהן אלס מיט ליבשאפט אפילו מען האט אים פארשעעמט און מען האט נישט דערקענט זיין גרויסקייט אבער ווען א פרנס אין מאנטי סאן סאבינו האט אים פארשעמט אלץ שליח ארץ ישראל שרייבט ער " אוי לו לדור שאתה פרנסו, הטוב בעיניך לזלזל בשליח ארץ ישראל כאחד הפחתי"ם".

אין זיינע ספרים רעדט ער אויך ארום ווי ער האט געמאנט פון חוץ לארץ אידן און זיי אויפגעקלערט די וויכטיקייט פון געבן צדקה פאר תלמידי חכמים פון ארץ ישראל, ער פסק'ט להלכה אז עניי ארץ ישראל איז פונקט אזוי חשוב ווי עניי עירך, דאס הייסט ארימעלייט פון ארץ ישראל זענען פונקט אזוי חשוב ווי ארימעלייט פון דער אייגענער שטאט (שו"ת יוסף אומץ סי' י"ט). אויך שרייבט ער אז די אידן וואס וואונען אין ארץ ישראל ליידן מער ווי אנדערע, דאס איז צוליב דעם וואס זיי ליידן פאר די חוץ לארץ אידן, ער שרייבט מערקווירדיג אז אין זיינע צייטן אין נישט דא אין ארץ ישראל אידן וואס נעמען אראפ די בארד און פיאות, אדער וואס זענען נכשל און עריות, און קאמעדיעס, און שרייבט אז דערמיט וואס מען גיט זיי געלד האט מען א חלק אין די מצוה פון ישוב ארץ ישראל, (זעה פני דוד דצ"ח, ראש דוד פ' ויצא). אט די ווערטער ברענגן אויך אנדערע ספרד'ישע גדולים אין זיין נאמען (זעהאין ספר חזון עובדיה ליווררנו שנת תקצ"ח).

דאס ערשטע מאל וואס דער חיד"א איז ארויס געפארן צו זאמלן געלד איז געווען אין יאר ה'תקי"ג, ער איז דאן אלט געווען ניין און צוואנציג יאר, מיט זיין באדינער שמואל בן חיים, (ער איז דערטרונקען געווארן אין וואסער אין יאר תקט"ז, מעגל טוב עמוד 42). ער האט מיטגעמאכט א שווערן וועג אראבער זענען אים באפאלן און געוואלט צורויבן וואס ער האט, אנקומענדיג קיין עזה איז געווארן שבת, זיינע מיטפארער האבן געוואלט ווייטער פארן, דעריבער איז ער פארבליבן אליין אין שטאט, ער האט דארט געווארט פופציג טעג כמעט צוויי חדשים, ביז עס איז געקומען נייע מיטפארער, ער איז מיט זיין געגאנגען קיין מצרים, פון אלכסנדריה איז ער געפארן קיין איטאליע קיין ליווארנא. עס איז דאן געווען ר"ח אלול שנת ה'תקי"ג. ער איז פארבליבן אין שטאט ביז נאך סוכות, כ"ה תשרי ה'תקי"ד איז ער געפארן באזוכען אין די פאלגענדע שטאט, קודם קיין פיסה, פירינצי, סיינה, מוטי סאן סאבינו, ליפיאנו, אורבינו, פיזארו, סיניגאליה, אנקונה, צוריקן קיין סיניגאליה, פיזארו, רימיני פאינצה, לוגו, פירארה, מודינה, ריגייו, גואסטאללה, מנטובה, וירונה, פאדובה, ויניציאה, צוריק קיין פאדובה, ווירונה, דאס זענען שטעט אין איטאליע וואו דער חיד"א האט באזוכעט די ישובים פון אידן צו מאכן געלד פאר די ארץ ישראל אידן.

דער חיד"א האט מען אויפגענומען אין איטאליע ווי א חשובער גאסט, איבעראל איז ער איינגעשטאנען ביי די רבנים פון שטאט אדער ביי די ראשי קהילה און עשירים, ווי ער זעלבסט פארצייכט אלעס אין זיין טאג בוך "מעגל טוב". מען האט אים שטענדיג מכבד געווען זאגן א דרשה, ער שרייבט: האנשים האלה שלמים הם, כולן שוים לטובה לעשות יקר יותר לשלוחי ארץ ישראל, גם לי איש צער הפליאו לעשות ויום ולילה עד חצות לא כלתה רגל מחשובי ופרנסי וחכמי העיר, כת נכנסת וכת יוצאה בדידי קא משתעו (עמוד 7). אויב איז ער אנגעקומען איז א פלאץ ווי מען האט זיך נישט געפירט מיט אים מיטן ריכטיגן כבוד שרייבט ער אמאל אזוי: אנקומענדיג קיין האנאו איז דער שמש פון שטאט מיך קעגן געקומען, און מיך פארבעטן צו זיך אין שטוב, האב איך אים געזאגט איך וויל זיך זעהן מיט דיין רב, ווייל עס פאסט נישט פאר א שליח פון ארץ ישראל איך זאל איינשטיין ביי דיר (מעגל טוב עמוד 21).

אין חודש סיון איז ער געפארן פון וירונה קיין דייטשלאנד און באזוכט די דייטשע שטעט וואו אידן וואוינען, בולזאנו, אינסברוק, פירזי, קריגסהאבער, הארבורג, איטינגן, וואסערטרידינגען, אנסבאך, פיורדא, באמבערג, האספורט, ניידרוירן, הייצפעלד, היידינגספעלד, אשפנבורג, זליגנשטאט, האנאו, פראנקפורט דמיין, ווארמייזא, צוריק קיין פראנקפורט און איז דארט געזעסן פון סוף חודש אב ביז י"ט חשון שנת ה'תקט"ו, פון דארט קיין מאגענצא, בינגן, בון, דיסלדורך, קליוו, נימווגן, פון דארט איז ער געפארן קיין האלאנד.

דער חיד"א איז געווען אין דייטשלאנד ניין חדשים. אבער דא ביי די קהילות פון אשכנז האט ער נישט געהאט אזויפיל הצלחה, ער האט דארט נישט געהאלטן קיין דרשות, מען האט אים נישט געגעבן קיין געהעריגע אכסניא, אפט מאהל האט ער געמוזט איינשטיין ביי גוים. און אסאך פלעצער האט ער גארנישט געמאכט קיין געלד. דער סיבה פאר וואס מען האט אים נישט געהעריג אויפגענומען אין דייטשלאנד איז געווען צוליב די תקנה אז אלע געלטער פון אשכנז זאל מען נישט שיקן פאר די ספרד'ישע קהילות אין ארץ ישראל נאר צו די קהילות וואס שטאמען פון אשכנז. די תקנה האט מען געמאכט אפילו מיט רשות פון די פקידים אין קושטא וואס זיי זענען געווען די בעלי בתים אויף די געלד פאר די ספרד'ישע קהילות, אבער דער חיד"א האט דאס נישט געוואסט (מעגל טוב עמוד 15).

דער חיד"א איז געקומען קיין האלאנד צוועלף טאג אין טבת שנת ה'תקט"ו, און געווען דארט ביז י"ג ניסן, פון דארט איז ער געפארן קיין האג און ראטערדאם, פון דארט קיין ענגלאנד, לאנדאן, פון דארט קיין קאלאי אין פראנקרייך. ער איז אנגעקומען קיין פאריז צוועלף טאג אין אב און געווען דארט ביז י"ד אב, פון דארט קיין בורדו, איונה, מונטפלייר, נים, אביניון, קארפאנטראץ, ליל, קאבארליון, ניצדה די פרובאנס, פון דארט צוריק קיין איטאליע קוניאו, פוסאנו, קארמאניולה, טורינו, ווירצלי, קסאלי, אליסנדריה די לה פאליה, גיונואה ביז ליוורנאו צו זיין באקאנטע אכסניה זיין גוטער פריינד מיכאל פירירא די ליאון, געווען איז דאס דרייצען טאג אין ניסן. דארט האט ער געדרוקט זיין ערשטע ספר שער יוסף.

ער האט זיך געהאלטן אין ליווארנא ביז זעקס און צוואנציג טאג אין סיון שנת תקי"ז, און איז איז אפגעפארן פון דארט מיט א שיף קיין טורקיי, קיין איזמיר, גאליפולי, טיקיר דאג, קושטא, דאס האט גענומען ביז ר"ח אדר ב' שנת ה'תקי"ח, פון דארט קיין יפו און איז געקומען קיין ירושלים פיר טאג אין חודש ניסן.

אלס חבר בית דין אין ירושלים

רעדאַקטירן

ווען דער חיד"א איז צוריק געקומען פון זיין ערשטע נסיעה אין חודש ניסן תקי"ז איז ער אויפגענומען געווארן אלס חבר בית דין פון ר' מיוחס בכר שמואל, פריער איז דארט געווען חבר בית הדין זיין טאטע ר' יצחק זרחיה אזולאי.

דער חיד"א איז געווען ראש בית דין און האט גענומען א חלק אין די זאכן וואס א רב און א אנגעזעהנער פירער דארף טוהן, עס זענען פארבליבן אסאך כתבים און פסקים וואס דער חיד"א מיט זיינע חברים האבן געשריבן. דאס האט אנהגעהאלטן זיבען יאר, פון יאר ה'תקי"ז ביז יאר ה'תקכ"ד, דאן האט פאסירט א זאך וואס האט צושטערט זיין פרידן.

געווען איז דאס אזוי: אין יענע צייט איז געווען כמעט נישט קיין געלד פון וואס צו לעבן אין ירושלים, דער ישוב אין ירושלים איז געווען חכמים אידן וואס האבן געלערנט און געדאווענט, נישט געהאנדלט, אלע וואס זענען געווען דארט זענען געווען גאר פרומע אידן, ווי דער חיד"א פארציילט דאס אין שו"ת און אין אסאך אנדערע פון זיינע ספרים, דאס געלט איז געקומען פון חוץ לארץ, די ספרד'ישע קהילות זענען אסאך בעסער געווען אויסגעשטעלט ווי די פון אשכנז (ביז די חסידים און די תלמידי הגר"א האבן שפעטער אויך אזוי געטוהן), אידן האבן מנדב געווען אסאך געלד פאר די תלמידי חכמים און ספרדישע קהילות, דער וועד פאר די געלד איז אין א געוויסן זוהן געווארן אנגעהפירט דורך עשירים און רייכע לייט פון דער שטאט קושטא פון איטאליה, דער וועד אין קושטא האט געשטעלט פיהר "פקידים" פון ארץ ישקראל וואס זיי זאלן אנפירן אלע געלטער פאר די ספרד'ישע אידענטוהם אין ארץ ישראל, די פקידים אין ארץ ישראל האבן געהאט א גרויסער כח, זיי האבן אנגעפירט אלע געלטער, אלע שטעלעס אין די קהילות, די לעצטע ווארט זענען זיי געווען, אויך זענען זיי געווען די פארטשטייער פון די אידן קעגן די אראבישע רעגירונגען וואס האבן דאן געהערשט אין ארץ ישראל.

אין יאר ה'תקי"ד האט מען געשטעלט א נייעם פקיד, א גרויסע עושר און באקאנטער מענטש שיך רחמים הכהן, קודם איז יעדער צופרידן געווען מיט אים, ער פלעגט געבן אסאך פון זיין אייגן געלד פאר תלמידי חכמים, ער איז געווען א גרויסע עסקן און האט אסאך געהאלפן פאר אידן און דעריבער זענען געווען אסאך וואס האבן גאר געבעטן דעם וועד מען זאל אים שטעלן אלס פקיד, אבער אינ מיטן יאר ה' תקט"ז, האט אויסגעבראכן א פייער'דיגע מחלוקה קעגן אים, די אנדערע דריי פקידים האבן געהאלטן אז ער נעמט אסאך געלד פאר זיך, ער גיט נישט אפ קיין פונקעטליכע חשבון, עס האט זיך געמאכט צווישן דעם ישוב פארשידענע דעות מענטשן וואס האבן מיט געהאלטן מיט שיך רחמים און מענטשן וואס זענען געווען קעגן אים, שיך רחמים איז געווען אין כעס און איז געגאנגען צו די אראבישע רעגירונג פארשטייער און האט אים געגעבן אסאך געלד, און דערפאר האבן זיי אים געגעבן כח ער זאל קענען שטראפען און מסר'ן פאר די רעגירונג יעדער וואס וויל אים שלעכטץ טוהן, אויך האט ער געהאט א כח ארויף לייגן געלד שטראפן פאר אלע וואס שטערן אים.

שיך רחמים הכהן האט דעם כח אויסגענוצט און האט גע'קנס'ט יעדער וואס ער האט האט געהאט דעם מינדעסטן חשש, ער האט זיך געמישט בפרטיות אין יעדע זאך וואס איז אים נישט געווען וואו ער וויל האט געצוונגען עס זאל זיין ווי ער וויל. עס האט אויסגעבראכן א ריזין מחלוקה אין ירושלים, צווישן די גאנצע קהילה, יעדער איז געווען פארמישט דערין, מען האט געשריבן פאר די וועד אין קושטא אז שיך רחמים איז נישט אויסגהאלטן, זיי האבן אים בודק געווען, לויט זייער מיינוג איז ער יא גוט געווען, זיי האבן אים געשריבן ער זאל זיין איינגעהאלטן, אסאך תלמידי חכמים האט ער בא'קנס'ט וואס זיי האבן געהאלטן עס איז געווען אומזיסט, מען האט זיך געגען געשטעלט זיינע באפעלן, און ער האט גע'מסר'ט, די אראבישע פארשטייער אין ירושלים האט אים אראפ געשטעלט פון זיין שטעלע, ער האט געגעבן מער געלד האט מען צוריק געשטלעט, די ספרד'ישע קהילה אין ירושלים איז געווארן צובראכן אויף שטיקער. (די גאנצע מעשה שטייט מיט א גרויס אריכות אין הקדמה פון שו"ת פרי האדמה (ח"ד), ספר התקנות וההסכמות ירושלים סי' נ"ז, שו"ת מזבח אדמה חו"מ סי' ב', יור"ד סי' של"ד, ספר ברכות המים יור"ד סי' של"ד)

זיין נסיעה און אנטלויפן קיין מצרים

רעדאַקטירן

אין יענער צייט וואס שיך רחמים הכהן איז אראפגעשטעלט געווארן דורך די אראבישע פארשטייער, די פקידים אין קושטא זענען געווען צומישט זיי האבן נישט פארשטאנען וואס עס גייט פאר, האבן זיי קודם אויפגעהערט צו שיקן געלד, זיין האבן געוואלט וויסן א קלארע זאך, האט דער חיד"א מיט זיינע חברים דער מהרי"ט אלגאזי זיך ארויסגעלאזט קיין קושטא זיך דורכשמועסן מיט די וועד וואס מען זאל טועהן צוריק שטעלן שלום אין שטאט, זיי זענען געפארן קיין מצרים, דארט זענען זיי געוואר געווארן אז שיך רחמים הכהן איז צוריק געווארן דער פקיד, דער חיד"א האט דאן געהאלטן אז עס האט שוין נישט קיין זין ווייטער צו פארן וויאבלד מען וועט גארנישט אויפטוהן, רחמים הכהן איז ממילא דער בעל הבית.

אסאך פון די תלמידי חכמים אין ירושלים זענען אנטלויפן פון דארט, צוליב מורא אז שיך רחמים הכהן וועט נקמה נעמען פאר יעדעם וואס ער האלט אז יענער שטערט אים, דער חיד"א האט אויך מורא געהאט זיך צוריקערן קיין ארץ ישראל, ער האט זיך בעזעצט אין מצרים און האט דארט געהאט א פירענדע טייל אין די קהילה.

דער חיד"א איז זייער נישט באקוועם געווען אין מצרים ווייט אוועק פון זיין סביבה, זיין משפחה און חברים, די אידן פון מצרים האבן געוואוסט אפצושאצען זיינע כוחות און זיי האבן אים אויפגענומען פאר רב אין די קהילה, אין שבת תשובה ה'תקכ"ה האט ער געזאגט א עפענונג דרשה לכבוד זיין נייע שטעלע. ער האט אסאך געבענקט צוריק צו גיין קיין, ער האט געזעהן אז אסאך תלמידי חכמים זענען שוין צוריק און ער האט געמוזט בלייבן אלס רב אין זיין קהילה אין מצרים, אין יאר תקכ"ה איז זיין טאטע ר' יצחק זרחיה אזולאי נפטר געווארן, דאס האט אים אויך זייער צובראכן.

עס זענען פארבליבן אסאך בריוו וואס דער חיד"א שרייבט צו זיינע רבים, חברים און תלמידים ווי שטארק ער וויל צוריק גיין ירושלים, ווי ער גלוסט צו די הייליגע ערד און וויל זוכה זיין צו אלע גוטע סגולות פון הייליגקייט פון ארץ ישראל, אבער ער קען נישט (זעה אגרת מצרים מכתב י"ט, אגרות חיד"א ליוורנא סי' נ"ו, ל"ח, אגרת החיד"א לאביו סיני כרך מ"ג תשי"ח עמ' רל"ד ועוד). ער שרייבט אזעלכע לשונות ווי "ואותר רק אני לבדי אשתומם כאיש נדבה, כי גדל הכאב מאד בכל עת אשר אני רואה כי רחק ממני מנחם, טוב לי אז בארץ הצבי מט"ה מנוולת כמעט כסדום בין תנות וכירים, וכו' הוציאה ממסגר נפשי אשובה אראה הר ציון.

אלס ראש ישיבה אין חברון

רעדאַקטירן

פינף יאר איז דער חיד"א געווען אין מצרים. אין יאר תקכ"ט חודש אדר איז ער געפארן קיין קאפוטקיה, ער איז געבליבן דארט ביז פיר טאג אין חודש סיון, און אכט טאג אין סיון איז ער געקומען קיין יפו, פון דארט האט ער זיך באזעצט אין חברון. ווי עס זעהט אויס האט נאך אלץ מורא געהאט צוריק צו גיין קיין ירושלים.

דעם טאג וואס ער איז געקומען קיין חברון איז אים זייער חשוב געווען ער שרייבט אין איינע פון זיינע ספרים (כת"י החיד"א אויפן ספר לבוש מיט הגהות פון זיין זיידע דער חסד לאברהם) בזה"ל: זיכנו המרחם ברוב רחמיו להתספח בנחת ה' פה עיה"ק חברון ת"ו שילהי סיון תקכ"ט, הוא ברחמיו יזכינו לשקוד בו אני וזרע זרעי בתורה ובבמצות וזכות מורי זקני הקבור פה יגן בעדי כן יהי רצון.

אין חברון איז ער געוון פון די ראשי בית דין, ער ווערט דארט פארעכנט פון די ז' טובי העיר, און האט געשריבן אסאך בריוו וועגן דעם מצב פון אידן דארט, ער האט דארט געשטעלט א ישיבה מיט תלמידים, און ער האט זיך דארט באקענט מיט אסאך גדולי ישראל פון דארט, ספעציעל האט ער געמאכט באקאנטשאפט מיט דעם גאון ר' אהרן אלפאנדארי דער בעל מחבר פון סםר יד אהרן, אויף שולחן ערוך, דער חיד"א ברענגט פון אים אין זיינע ספרים אסאך זאכן וואס ער האט געהערט פון אים.

דער חיד"א איז געווען אין חברון דריי יאר אין פיהר חדשים, ביז מען האט אים נאכאמאהל מכבד געווען ער זאל זיין די שד"ר און ארויספארן קיין חוץ לארץ שאפן געלד פאר ארימעלייט בני תורה אין ארץ ישראל.

זיין צווייטע נסיעה

רעדאַקטירן

די נסיעה קיין חוץ לארץ

רעדאַקטירן

דער חיד"א איז ארויס פון חברון מיט זיין גבאי אברהם גבאי. ווי אויך צוויי באגלייטערס ר' יעקב אליישר ור"י נאחמיאיש, ראש חודש חשון שנת תקל"ג, זיין זענען געפארן קיין אלכסנדריא און געוואלט פון דארט נעמען א א שיף קיין ליווארנא, איטאליע. אין יענער צייט איז געווען א קריג אין מיטל מזרח, אין די שיירה וואס איז געפארן מיט אים איז געווען א גרויסער שר וואס די קהילה פון חברון איז אים שולדיג געווען פינעף טויזנט זהובים, דער חיד"א האט זייער מורא געהאט אז דער וועט אים צווינגען צו באצאלן דעם חוב, ווען עס איז געוקמען פאר שבת האט די שיירא נישט געוואלט ווארטן אויף די אידן איבער שבת, זענען זיי געבליבן אליין, און די שיירא האט זיך געריקט ווייטער, אינמיטן שבת איז דער שר געקומען צום חידא און אים געבעטן דעם חוב, דער חיד"א האט זיך זייער געבעטן צו אים ער זאל ווארטן ביז נאך שבת. בלית ברירה האט ער אים צוגעזאגט אז נאך שבת וועט ער אים עס געבן. די שיירא האט זיך גערוקט און דער חיד"א מיט זיינע יידישע בייגלייטער האבן ענלדיך דערכאפט דעם שיירא.

זיי זענען געקומען קיין עגיפטן און דארט זיך געזאמם גאנצע זיבן חדשים, אין יענע צייט אין אויך רוסלאנד געווען פארמישט אין א קריג, און דער חיד"א האט מורא געהאט צו פארן אויפן ים, אפשר וועט מען אים חושד זיין אין שלעכטץ, ענדליך צוויי און צוואנציג טאג אין תמוז איז ער ארויסגעפארן פון אלכסנדירה מיט א שיף, און איז געקומען קיין תוניס פאר ראש השנה.

חודש תשרי אין תוניס

רעדאַקטירן

אריינקומענדיג קיין תוניס האט מען דעם חיד"א דארט מכבד געווען ווי עס פאסט זיך, די גרויסע ראשי קהילה האבן אים גערופען צו זייערע מלכות'דיגע הייזער, די תלמידי חכמים פון שטאט זענען אים געקומען באזוכן. דער חיד"א צייכנט איהן אין זיין ספר מעגל טוב, אז פרויען וואס זענען געווען שוואנגערדיג מיט קינדער, האבן געשפירט פאר א זכיה צו קוקען אויף די שיינע הערליכע מלכות'דיגע געשטאלט פונעם חיד"א כדי זייערע קינדער זאלן זיין גראטן, ווען דער חיד"א האט געוועלט אוועק גיין פון דארט נאך סוכות האבן אים די אידן פון תוניס נישט געלאזט, אזוי ווייט אז זיי האבן געבעטן פונעם סולטאן ער זאל נישט געבן רשות פארן חיד"א אוועק גיין פון שטאט. די חכמים פון שטאט פלעגן קומען צום חיד"א און זיך גע'טענה'ט מיט אים אין הלכה, זיי האבן אים געוואלט איבערקלוגן, אבער עס איז זיי נישט געלונגען דער חיד"א איז געווען מער חריף, מער גאון און בקי ווי זיי, און דערפאר האבן זיי מחשיב געווען דעם חיד"א, ער שרייבט מיט עניות (מעגל טוב עמוד 60) עס איז וואונדערליכ ווי די גאונים און חכמים וואס זענען גאר שארף קענען מיך נישט בייקומען, ואנכי רש ונקלה.

פון די אנדערע זייט איז אבער דער חיד"א נישט צופרידן געווען אין תוניס, בטבע איז דער חיד"א געווען א איסטניס, גאר א ריינער און איידעלער מאן, און די מענטשן פון תוניס זענען געווען פאר אים פארגרעבט און נישט איידל, ער שרייבט אויף זיי: וכבר הייתי אומר להם הדרך ארץ הוטא מטבע פסול בארצכם.

מיט דעם אלעס איז געלונגען פארן חיד"א צוזאמען נעמען צדקה פאר ארץ ישראל אין תוניס גאר א גרויסער סכום געלד, און זיי האבן זיך געזעגנט מיט אים מיט א הערליכן געזאנג, און פיהר און צוואנציג טאג אין ניסן איז ער ארויס פון תונס עס האבן אים בייגלייט פופצין מענטשן וואס האבן געשלעפט דעם וואגן אנשטאט פערד.

דער חיד"א איז אוועק גפארן פון תוניס זעקס טאג אין אייר, און איז געקומען קיין ליווארנאט זיבעצען טאג אין אייר, און איז אריין אין שטאט הערשט צוואנציג טאג אין אייר, ער האט זיך אויפגעהאלטן דארט ביז ניין און צוואנציג טאג אין סיון, ער איז דארט איינגעשטאנען ביי זיין טאכטער שרה.

ער איז פון דארט געפארן באזוכען די שטעט אין איטאליע ווי פיסה, סיינה, פירינצי, סיניגאליה, אנקאנא, פיזארא, רימיני, לוגו, פיראפה, מטובה, קולורנו, וויראנא, וןיניציא, קונילייאנו, גראדיסקה, גוריציאה, טריעסטי, קונילייאנו, גארדיסקה, גוריציאה, קונייאן, ריגייו. איבער א יאר צייט האט ער באזוכט די אויבענדארמאנטע שטעט און צוזאמען גענומען געלד פאר די ארץ ישראל אידן, פון דארט איז ער אריבער קיין פראנקרייך, פון דארט אין די נידערלאנדן, בריסל, צוריק קיין פאריז, פראנקרייך, ליאון, און צוריק קיין איטאליע. ער האט געוואנדערט אין פארשידענע שטעט אין איטאליע, ביז ער איז צוריק אנגעקומען קיין ליווארנא אכט און צוואנציג טאג אין אלול שנת תקל"ה. און דערמיט געפארטיגט זיין שליחות פאר די ארץ ישראל אידן.

אין אלע פלעצער ווי ער איז געקומען האט מען אים אויפגענומען מיט גרויס כבוד און שעצונג ווי עס פאסט פאר אזא גרויסער מענטש, געווען שטעט ווי מען אים ארויסבייגלייט מיט די ראשי הקהילה צוזאמען מיט הונדערטער אידן, אויך די פרויען אין קינדער האבן זיך געשטופט א קוק צו טאהן אויף אזא גרויסן מענטש. אזוי איז געווען אין פראנקרייך, און אין אמסטארדאם, האלאנד.