פֿיורדא, פֿירדאַ, פֿירט אָדער פֿירד איז אַ קלײנע שטאָט אין דרום דייטשלאנד אין דער פּראָװינץ בײַערן אין געגנט מיטלפֿראַנקען, נעבן נירנבערג. זינט דעם 16טן יאָרהונדערט איז געװען אין פֿיורדאַ אַ ייִדישע געמײנדע, ייִדישע דרוקערײען און האָט באַקומען דעם נאָמען ירושלים דפֿרנקן. פֿון דאָרט שטאַמט דער אַמעריקאַנישער מיניסטער הענרי קיסינדזשער און דער שרײַבער יעקב װאַסערמאַן. אין דער 2טער װעלט מלחמה איז די ייִדישע געמײנדע געװאָרן פֿאַרניכטעט.

פיורדא