צענטראל-אמעריקע

דרום געגנט פון צפון אַמעריקע, ליגינג צווישן מעקסיקא און דרום אַמעריקע און קאַמפּרייזינג פּאַנאַמאַ, קאָסטאַ ריקאַ, ניקאַראַגואַ, האָנדוראַ
(אַריבערגעפֿירט פון צענטראלע אמעריקע)

צענטראל־אמעריקע (שפּאַניש: América Central, ענגליש: Central America) איז א ראיאן אינעם קאנטינענט צפון אמעריקע וואס ציט פון גוואטעמאלע און בעליז אין צפון־מערב, צו פאנאמא אין דרום־מזרח. דער שטח געפינט זיך דרום־מזרח פון מעקסיקא און צפון־מערב פון קאלאמביע, צווישן דעם פאציפישן אקעאן און דעם קאראיבישן ים.

לענדער און הויפטשטעט פון צענטראל־אמעריקע

די לענדער פון צענטראל־אמעריקע, פון גרעסטן צום קלענסטן, זענען:

דאס לאנד מיט דער גרעסטער באפעלקערונג איז גוואטעמאלע, מיט מער ווי 14 מיליאן איינוואוינער.

גוואטעמאלע שטאט איז די גרעסטע שטאט אין צענטראל־אמעריקע.

אין אלע לענדער פון צענטראל־אמעריקע רעדט מען שפאניש; אחוץ בעליז וואו מען רעדט ענגליש. טייל מענטשן רעדן מאיא שפראכן.


דער קלימאט אין צענטראל־אמעריקע איז הייס און פייכט, אזוי ווי עס פאסט פאר טראפישע לענדער. צוקערראר, קאווע און באנאנען וואקסן אין דעם ראיאן.

דער ראיאן האט אסאך וואולקאנען.