נאסרין קאדרי
נאֵסרין קאֵדרי ( אַראַביש: نسرين قادري ; העברעיִש: נסרין קדרי; געבוירן דעם 2טן סעפּטעמבער 1986) איז אן אראביש-ישראלישע זינגערין פון טראדיציאנעלער און פּאָפּ מיטל מזרח און מזרחי מוזיק. קאדרי, א געוועזענע מוסולמענערין וואס האט זיך מגייר געווען צו אידישקייט, זינגט מערסטנס אויף עברית,[1] אבער זי זינגט אויך אראבישע לידער, צווישן זיי די לידער פון אום קולתום.
געבורט |
2 סעפטעמבער 1986 (אלט 38) לוד, ישראל |
---|---|
מדינה | ישראל |
ביאגראפיע
רעדאַקטירןנאסרין קאדרי איז געבוירן געוואָרן אין חיפה, ישראל, צו מוסולמענער אַראַביש-ישראלישע עלטערן. איר פאטער איז געווען אַ טאַקסי דרייווער און איר מוטער איז געווען אַ שוועסטער. זי איז אויפגעוואקסן אין לוד. פאר א יאָרצענדלינג איז קאדרי געווען אין אַ באַציִאונג מיטן ייִדיש-ישראלישן מוזיקער אביעזר בן מוחה. זי האָט אָנגעהויבן אַ פאָרמאַלן גיור־פּראָצעס צו יידישקייט. אין יולי 2017, איז די זוג געווארן פאַרקנאַסט.[2] אין סעפטעמבער 2017, זענען זיי געווארן אויס חתן־כלה און האבן אפּגערופן די חתונה.
זי האָט געענדיקט איר גיור צו ייִדישקייט אין 2018 און האט גענומען דעם יידישן נאָמען "ברכה".[3] לויט נייעס באריכטן, איז איר גיור נישט אנערקענט דורך דעם הויפט רבנות אדער דעם ישראל אינערן מיניסטעריום, ווייל עס איז דורכגעפירט געווארן דורך א רב אומאפהענגיק פון די אויטאריטעטן.[4]
געזאַנג קאַריערע
רעדאַקטירןאין 2011, נאָך יאָרן אויפטרעטן אין קליינע קלובן און באַרן, האָט זי געווינען די טעלעוויזיע שטערן פּראָגראַם אייל גולן רופט דיר.
איר דעבוט אלבאם איז ארויס אין 2014. [5]
אין 2017, איז זי פאַרבעטן געוואָרן דורך דער ישׂראלדיקער קולטור־מיניסטארין, מירי רגב, אויפצוטרעטן בײַם סולטאַן בעקן אין ירושלים אין אַ צערעמאָניע, כּדי אָפּצומערקן יום הזכרון, דער ישׂראלדיקער אָנדענק־טאָג.[6] אין יולי 2017, האָט זי געטיילט די בינע מיט Radiohead ווען די באַנדע האט פארטרעטן אין ישראל.[7]
דיסקאָגראַפיע
רעדאַקטירןאַלבאמען
רעדאַקטירן- 2014: נסרין קדרי
- 2016: בנאדיק
- 2018: לומדת ללכת
- 2023: חולמת
לידער
רעדאַקטירן- 2012: אל תלך
- 2017: באתי להחזיר לך
- אויך אין
- "Sawah" (Offer Nissim Remix)
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ ציטירן גרײַז: אומגילטיגער
<ref>
טאַג; קיין טעקסט נישט געשריבן פֿאַר רעפֿערענצן מיטן נאָמעןThorpe
- ↑ ציטירן גרײַז: אומגילטיגער
<ref>
טאַג; קיין טעקסט נישט געשריבן פֿאַר רעפֿערענצן מיטן נאָמעןengaged
- ↑ Although, her official name has not been changed.
- ↑ Israeli-Arab singer’s conversion to Judaism rejected by Rabbinate, on Times of Israel website, September 4, 2018
- ↑ "Israeli Arab winner of televised singing contest is more than a symbol", Haaretz (October 14, 2014).
- ↑ Meet the Arab singer performing for Israeli Memorial Day/
- ↑ Why Radiohead should perform in Israel