משה קאברינער
רבי משה פאַליער (ט"ז כסלו תקמ"ד, 11טן דעצעמבער 1783 - כ"ט ניסן תרי"ח, 13טן אפריל 1858), באוואוסט ווי רבי משה קאברינער, איז געווען דער ערשטער קאברינער רבי. ער איז געווען א לעכאוויטשער תלמיד.
געבורט | 11 דעצעמבער 1783 |
---|---|
טויט | 13 אפריל 1858 (אלט 74) |
ביאגראפיע
רעדאַקטירןרבי משה איז געבוירן געווארן אין פיֶיסק וואס געפונט זיך ביי קאברין (נעבן בריסק) צו זיין פאטער ישראל אליעזר. ער האט געלערנט ביי רבי משה שערעשאווער און שפּעטער ביי רבי מרדכי לעכאוויטשער. עס ווערט דערציילט אז צוליב זיין איבערגעגעבנקייַט צו זיין דאזיגער רבי האט אים זיין שווער פארטריבן פון זיין הויז. אזוי אויך האט זיין רבי עדות געזאגט אויף אים אז יעדן טאָג טוט ער אנטדעקן אַ נייַע וועג וועגן אין "בכל דרכיך דעהו". ער האט שטרענג מקפיד געווען אויף טבילה אין מקוה, אפילו ווען עס איז געווען קאַלט ווי אייז.
נאָך זיין רבינ'ס פטירה, האט ער זיך מדבק געווען אין זיין זון, רבי נח לעכאוויטשער. ווען ער איז אויך נפטר געווארן, אין תקצ"ג (1832), איז רבי משה געווארן רבי אנשטאט אים. כאָטש ער איז געווען א רבי, איז ער אויך געפארן צו רבי ישראל פון רוזשין, ווי ער איז געווארן אויפגענומען מיט גרויס כבוד.
באַקאַנט מיט זיין ענווה. אויף זיין קבר שטייט געשריבן אז ווער עס וועט איבערטרייבן אין זיין שבח. "וועל איך אויפשטיין און נקמה נעמען בזה ובבא, אבער ס'איז מותר צו זאָגן אויף מיר אז איך בין א אוהב ישראל".
נאָך זיין פטירה האבן רובֿ פון זיינע אנהענגערס זיך געווענדעט צו רבי אברהם וויינבערג, דער גרינדער פון דער סלאנימער דינאַסטיע . און א קליינער טייל זענען ווייטער געפארן צו זיין אייניקל רבי נח נפתלי פון קאברין.
זיין השקפה
רעדאַקטירןאזוי ווי זיינע רביס, האט ער ווייטער געצויגן די דרך פון קאַרלין, ארויסהייבנדיג די וויכטיגקייט פון תפילה מיט ענטוזיאַזם. אזוי אויך האט ער מדגיש געווען צווישן זיינע אנהענגערס אז "אַיעדע חבורה ביי אידן האָבן אַ טויער אין הימל און אונזער טויער איז אונזער אמונה ושפלות".
זיינע תורות זענען געווארן צוזאמגענומען אין ספר אמרות טהורות, ווארשע תר"ע, און אין אמרות משה, בני ברק תשמ"ט.
זעט אויך
רעדאַקטירןפאר מער
רעדאַקטירן- זאב רבינוביץ, החסידות הליטאית, עמ' 127
- יצחק אלפסי (עורך), אנציקלופדיה לחסידות, אישים כ-ת, ירושלים תשס"ה, עמ' רצד-רצה