קאברין
|
קאברין (בעלאַרוסיש: Кобрын; אוקראיניש: Кобринь; רוסיש: Ко́брин; פּויליש: Kobryń) איז א שטאט אין בריסקער גובערניע, דרום־מערב בעלארוס, ביים צוזאמענפלוס פונעם מוכאוועץ טייך מיטן דניפער-בוג קאנאל. די שטאט געפינט זיך 47 ק"מ מזרח פון בריסק, 42 ק"מ מערב פון קאמעניץ].
ער האט א באפעלקערונג פון בערך 51,000.
די שטאט איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1287.
היסטאריע
רעדאַקטירןאינעם 14טן יארהונדערט איז די שטאט געווען אין דער גרויסהערצאגשאפט פון ליטע. אין דער פויליש-ליטווישער קאמאנוועלט האט די שטאט באקומען מאגדעבורג רעכטן. נאכן 16טן יארהאונדערט זענען יידן געקומען און האבן זיך באזעצט אין קאברין.
אין 1795 האט די רוסלענדישע אימפעריע אנעקסירט די שטאט.
לויטן רוסישן צענזוס פון 1897, איז די יידישע באפעלקערונג פון וואלקאוויסק געווען 6,738.[1]
נאך דער ערשטער וועלט מלחמה איז קאברין געווען אין פאלעסיער גובערניע, פוילן.
געאגראפיע
רעדאַקטירןדי שטאט ליגט ביים צוזאמענפלוס פונעם מוכאוועץ טייך מיטן דניפער-בוג קאנאל. די שטאט באדעקא א שטח פון 26 קוואדראט ק"מ.
יידישע היסטאריע
רעדאַקטירןרבי משה פאליער האט אויפגעשטעלט א הויף אין קאברין