אברהם וויינבערג (דער ערשטער)
רבי אברהם ווייבערג (תקס"ד - י"א מרחשון תרמ"ד) איז געווען דער ערשטער סלאנימער רבי און דער מחבר פון דעם ספר "יסוד העבודה".
געבורט |
1803 פּינסק, רוסלענדישע אימפעריע | |
---|---|---|
טויט |
11 נאוועמבער 1883 (אלט 80 בערך) סלאנים, בעלארוס | |
מדינה | רוסלענדישע אימפעריע | |
פאך | רב | |
יונגע יארן
רעדאַקטירןרבי אברהם איז געבוירן אין יאר ה'תקס"ד צו זיין פאטער רבי יצחק מתתיהו וואס איז געווען דער דיין אין פינסק, רייסין (היינט בעלארוס). רבי יצחק מתתיהו האט געהאנדלט מיט ווייצן בשותפות מיט זיין שוואגער ר' איסר ספעקטאר, דער פאטער פון רבי יצחק אלחנן ספעקטאר פון קאוונע.
ער איז געווארן א חסיד פון רבי נח לעכאוויטשער און דערנאך צו זיין תלמיד רבי משה פון קאברין.
די רביסטעווע
רעדאַקטירןפאר דער פטירה פון זיין רבי'ן דער קאברינער אין תרי"ח, האט זיין רבי ממנה געווען רבי אברהם צו פירן די חסידים. ער האט געפירט זיין הויף אין סלאנים.