משה מאנטיפיארי
משה (חיים) מאָנטיפֿיאָרי (געבוירן ט' מרחשון ה'תקמ"ה - 28סטן יולי 1885, ט"ז אב ה'תרמ"ה) איז געווען אן עסקן אין לאנדאן, ענגלאנד און א מיטגליד אין דעם בריטישן פארלאמענט.
געבורט |
המאה ה־18 ליווארנא, Q154849 |
---|---|
טויט |
28 יולי 1885 ענגלאנד, פאראייניגטע קעניגרייך |
מדינה | פאראייניגטע קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און אירלאנד |
קבורה ארט | קענט |
פאך | זשורנאליסט, פילאנטראפ |
בן/בת זוג | יהודית מאנטעפיארע |
אונטערשריפט | |
משה מאנטיפיארי איז געבוירן אין ליווארנע, איטאליע, אין יאר 1784 ה'תקמ"ה. זיינע עלטערן זענען געווען ליווארנער אפשטאמיגע וואס האבן דאן געוואוינט אין לאנדאן, און זענען פונקט געווען אויף א באזוך אין זייער היים שטאט ווען ער איז געבוירן.
משה האט אנגעהויבן זיין קאריערע אלס א יונגער געהילף אין שפייז און טיי געשעפטן אין לאנדאן. שפעטער איז ער געווארן איינער פון די צוועלף "אידישע מעקלער" אין דער בערזע פון דער שטאט לאנדאן. ער האט דאן אנגעהויבן געשעפטן מיט זײַן ברודער אברהם, און זײער פירמע 'מאנטיפיארי ברידער' האט זיך ערווארבן א שטארקע רעפוטאציע.
אין יאר ה'תקע"ב 1812 האט משה מאנטיפיארי חתונה געהאט מיט יהודית קאהן, א טאכטער פון לוי בארענט־קאהן. איר שוועסטער חנה האט חתונה געהאט מיט נתן מאיר ראטשילד, און די צווײ שוואגערס האבן צוזאמען געפֿירט געשעפטן.
משה און זיין ווייב יהודית האבן נישט זוכה געווען צו קינדער, ער איז נפטר געווארן תרמ"ה 1885 אלט, זייענדיג גאנצע 100 יאר, און ער ליגט אין ראמסגייט, ענגלאנד.