ישכר דוב בערטשע לייפער
רבי ישכר דוב בערטשע לייפער (ה'תק"ן - ג' אלול ה'תר"ח) איז געווען דער גרינדער פונעם נאדווארנער חסידות.
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי בערטשע איז געבוירן אין יאר ה'תק"ן (אומגעפער) צו זיין פאטער רבי יצחק לייפער פון קאלוש, א זון פון רבי אהרן אריה לייב לייפער, פון פרעמישלאן, א זון פון רבי מאיר (הגדול) פון פרעמישלאן. און צו זיין מוטער מרת פייגא א טאכטער פון הרב איתמר הכהן, פון די צדיקים נסתרים.
רבנות
רעדאַקטירןרבי בערטשע איז געווען א תלמיד מובהק פון רבי יצחק פון ראדוויל, און א תלמיד פון סטרעליסקער מגיד פון וועמען ער האט גענומען דעם וועג פון דאווענען מיט א פלאם פייער. רבי בערטשע איז געפארן צו זעקס און צוואנציג צדיקים בעלי רוח הקודש. אויף דעם אנווייז פון זיין פעטער רבי מאיר פון פרעמישלאן האט מען אויפגענומען רבי בערטשע אלס רבי אין נאדווארנא.
הסתלקות
רעדאַקטירןרבי בערטשע האט זיך מוסר נפש געווען פאר כלל ישראל בשעת ס'האט אויסגעבראכן א מגיפה כאטש ער איז נאך געווען יונג, און ער איז נפטר געווארן ג' אלול ה'תקצ"א.
זיין פאמיליע
רעדאַקטירןרבי בערטשע האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון רבי אהרן בראטשיווער. נאכהער האט ער געהייראט בזיווג שני מרת רחל א טאכטער פון רבי אברהם לייב בלאך פון נאדווארנא. זייערע קינדער:
זעט אויך
רעדאַקטירןרעפערענצען
רעדאַקטירן- פנים מאירים
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר