מרדכי יששכר בער לייפער
רבי מרדכי יששכר בער לייפער ( טבת ה'תשט''ז, 31סטן דעצעמבער 1955 – י"ז תשרי ה'תשפ"א, 5טן אקטאבער 2020) איז געווען דער דריטער פיטסבורגער רבי.
געבורט |
21 דעצעמבער 1955 נוארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע | ||||
---|---|---|---|---|---|
טויט |
5 אקטאבער 2020 (אלט 64) לאניאדא שפיטאל, נתניה, ישראל | ||||
מדינה | ישראל | ||||
בת זוג | אביבה מרים | ||||
פאטער | אברהם אבא לייפער | ||||
| |||||
ביאגראפיע
רעדאַקטירןער איז געבוירן געווארן אין ניו יארק, צו זיין טאטע רבי אברהם אבא לייפער און זיין מאמע רחל, טאכטער פון הרב איתמר נאדווארנער. אין 1970 האָט זײן משפּחה אימיגרירט קיין ארץ ישראל און האבן זיך באזעצט אין אשדוד.
דער רבי האט געלערנט אין דער גראדנער ישיבה אין שטאט, און אין דער טשעבינער ישיבה אין ירושלים.
ער האט חתונה געהאט מיט אביבה מרים, טאכטער פון הרב יצחק יצחק ליבעס, אב"ד אגודת ישראל. נאך זיין חתונה האט ער פאר א תקופה געוואוינט אין ניו יארק. אין תשמ״ג האָט ער ווידער אימיגרירט קיין ארץ ישראל. י טבת ה'תש"ן איז זיין פאטער געשטארבן, און ער איז געקרוינט געווארן אלס ממלא מקום, אין עלטער פון 34 יאר. אונטער זיין פירערשאפט האט דאס פיטסבורגער חסידות זיך שטארק פארברייטערט אין שטאט, און ער האט אויפגעשטעלט א נעץ פון מוסדות.
דער רבי האט פונקט ווי זיין פאָטער פארפאסט פיל ניגונים. טייל פון זיינע ניגונים זענען געווארן גאר בארימט איבער דער גאנצער וועלט, צווישן זיי איז דער ניגון ״וידע כל פעול״ פאר ראש השנה, ״ק-ה רבון״ פאר שבת, און נאך פיל מער.
אין תשס"ד האט ער ארויסגעגעבן זיין ספר ״פתגמי אורייתא״.
וועט דער טויטליכער קאראנאווירוס האט אויסגעבראכן, האט דער רבי אויסגעפאלגט אלע זיכערהייט-אנווייזונגען וואס די דאקטוירים האבן געהייסן, אבער טראץ זיין פארזיכטיגקייט, איז ער ליידער אנגעשטעקט געווארן מיט דעם ווירוס, און ער איז אפגעפירט געווארן צום לאניאדא שפיטאל, וואו ער איז געווען עטליכע וואכן, ביז ער איז ליידער נפטר געווארן י"ז תשרי ה'תשפ"א.
נאך זיין פטירה האבן זיינע חסידים באנייעט א נייע בית החיים, און דער רבי איז דארטן באגראבן געווארן דער ערשטער.
טויזנטער חסידים און אנהענגער האבן זיך באטייליגט ביי זיין טרויעריגער לויה.
חיים אישיים ומשפחה
רעדאַקטירןזיינע קינדער:
- זיין זון און נאכפאלגער רבי משולם אליעזר לייפער, איידעם רבי ניסן ראזענבוים, דער אדמו"ר פון קרעטשניף ירושלים.
- זיין טאכטער מלכה, חתונה געהאט מיט יעקב הגר, זון פון רבי ישראל אליעזר הגר, רב פון דער סארט וויזשניץ קהילה אין ירושלים.
- זיין זון יעקב, חתונה געהאט מיט אסתר, טאכטער פון רבי ישראל אליעזר אדלער, דער אדמו"ר פון דזשיקאוו-וויזשניץ.
- זיין זון יוסף איז חתונה געהאט מיט אטיל, טאכטער פון רבי ישראל ערנסטער, זון פון רבי מנחם ערנסטער און איידעם פון רבי שמעון נתן נטע בידערמאן פון לעאלאוו.
- זיין טאכטער שרה טויבה, חתונה געהאט מיט אליעזר זוסיה שטרן, דעם אייניקל פון רבי ישראל אברהם פורטוגאל, דער אדמו"ר פון סקוליאן.
- זיין טאכטער איידל בינה, חתונה געהאט מיט מנחם מענדל דוד פעלדמאן, זון פון רבי אהרן אליהו פעלדמאן, איידעם פון רבי משה הגר ראש ישיבה יכל ישראל.
- זיין טאכטער הינדא יוחאב, איז געשטארבן אין 1977 אין עלטער פון 3 פון קענסער.
- זיין טאכטער דבורה, חתונה געהאט מיט אלעזר ערנסטער, אייניקל פון רבי זאב ערנסטער, רבי קרית מאור חיים אין ירושלים.
- זיין טאכטער רחל, חתונה געהאט מיט דוד מתיהו קארנרייך, אייניקל פון רבי יהודה זאב קארנרייך, דער אדמו"ר פון שידלאָווצע.